ייִדיש אויף יענער וועלט

Yiddish and the Afterlife


פֿון לייזער בורקאָ

Published June 15, 2014, issue of July 04, 2014.

ווען סטודענטן קלײַבן אויס אַ שפּראַך זיך צו לערנען אין דער שול און אין אוניווערסיטעט, טראַכטן זיי, געוויינטלעך, מיט אַ קורצן שׂכל, ניט פּראַקטיש. זיי מיינען, אַז מיט שפּאַניש אָדער כינעזיש וועלן זיי אויספֿאָרן די וועלט, מאַכן גרויסע געשעפֿטן, ווערן מיליאָנערן. נאָר זיי פֿרעגן זיך ניט, וואָס וועט זײַן דערנאָך. דאָס הייסט, אַז זיי וועלן איבער 120 יאָר מאַכן דאָס לעצטע געשעפֿט און זיך אָפּטראָגן פֿון דער וועלט; וואָס וועט זיי טויגן זייער שפּאַניש אָדער כינעזיש — אָדער אַפֿילו זייער ענגליש? אויף תּישעה־נײַנציק כּפּרות.

יעדער ווייסט, אַז אויף יענער וועלט ברענגט דער עושר ניט זײַן פֿאַרמעגן, און דער אָרעמאַן — ניט זײַן דלות; דאָרט גייט אָן די איינציקע וואַלוטע פֿון מיצוות. פֿאַרשטייט זיך, אַז די מענטשהייט האָט פֿאַרשיידענע השׂגות וועגן דעם, ווי אַזוי יענע וועלט דאַרף אויסזען. לויטן איסלאַם, למשל, ווערן די רעכטגלייביקע מוסלמענער באַלוינט אין גן־עדן מיט 72 בתולות (אַוודאי, נאָר די מענער; פֿאַר אַ פֿרוי קלעקט בלויז איין מאַן — „און זי וועט זיך צופֿרידן שטעלן מיט אים‟). דיייִדן קריגן אָבער ניט קיין בתולות, זיי לערנען דאָרט תּורה טאָג און נאַכט, העכסטנס, קען דאָס ווײַב דינען ווי אַ פֿוסבענקעלע.

דער עיקר איז בײַ אַלעמען, אַז די נשמות פֿון די פֿאַרשטאָרבענע ווערן אויף יענער וועלט צעטיילט אויף באַזונדערע גרופּעס: די גוטע נשמות קומען אַרײַן אין גן־עדן, וווּ זיי לעבן אַ גוטן טאָג, און די זינדיקע גייען אַראָפּ אין גיהנום, וווּ מע פּרעגלט און בראָט זיי אייביק. אמת, עס זײַנען הײַנט פֿאַראַן אַ סך סקעפּטיקער, וואָס גלייבן בכלל ניט אין יענער וועלט און האַלטן, אַז מיטן טויט האָט די מעשׂה זיך פֿאַרענדיקט. אָבער אַזוי ווי זיי וועלן אַלע אָנקומען אין גיהנום, רעכנט מען זיך ניט צו פֿיל מיט זייער מיינונג.

ווען מע פֿרעגט אויס די גלייביקע פֿון אַלע עמונות, צי זיי וועלן אָנקומען אין גן־עדן אָדער אין גיהנום, זײַנען כּמעט אַלע זיכער בײַ זיך, אַז זיי וועלן ציילן צווישן די גליקלעכע. ס׳איז אַן אײַנרעדעניש אַזאַ: יעדער מיינט, אַז נישט ער, נאָר אַן אַנדערער וועט גיין אין גיהנום, ער — נאָר אין גן־עדן. אָבער ריין סטאַטיסטיש איז דאָס אוממעגלעך, ווײַל ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי וועלן די אַלע זינדיקע מענטשן זיך ארײַנשטופּן. די אמתע צדיקים זײַנען פֿאַראַן גאָר ווינציק, און ס׳איז אַ סבֿרא, אַז ס’רובֿ נשמות — אַפֿילו די וואָס זײַנען ניט גענוג זינדיק, כּדי צו גיין אין גיהנום — וועלן כאָטש צײַטווײַליק מוזן דאָרט זײַן, כּדי צו ווערן געפּײַניקט און אויסגעלײַטערט אין כּף־הקל; אָדער אפֿשר צוריקקומען אויף דער וועלט אין פֿאַרשיידענע גילגולים, ווי הינט, זשאַבעס, שפּינען וכדומה.

נאָר די יחידי־סגולה פֿאַרדינען גלײַך אַרײַנצוגיין אין גן־עדן, און דאָס איז אַ מכריעדיקער פֿאַקט אין די באַטראַכטונגען וועגן דער שפּראַכן־פֿראַגע. צווישן דער באַפֿעלקערונג פֿון גן־עדן, דאַרף מען רעכענען, איז דאָ זייער אַ גרויסע צאָל ייִדיש־רעדער — אפֿשר די מערהייט. אַזוי פֿיל ייִדן זײַנען געגאַנגען אויף קידוש־השם אין משך פֿון די לעצטע טויזנט יאָר, דער עיקר, אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע, אַז ייִדיש קען שפּילן די ראָלע פֿון אַ „לינגוואַ פֿראַנקאַ‟, אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך פֿאַר אַלע גן־עדן-אײַנוווינער.

דער לייענער וועט אפֿשר טענהן, אַז אַ סך ייִדן, וואָס האָבן ניט גערעדט קיין ייִדיש, האָבן אויך געליטן; די גרויסע קהילה ספֿרדישע ייִדן אין גריכנלאַנד, למשל, וואָס זיי האָבן מערסנטס גערעדט לאַדינאָ; אָדער די אַלע „אַסימילירטע‟ ייִדן אומעטום, וואָס האָבן גערעדט די לאַנדשפּראַך. אָבער פּראָפּאָרציאָנעל איז באַרעכטיקט צו באַטראַכטן ייִדיש ווי דאָס „לשון־הקדושים‟. מע דאַרף נאָר געדענקען, אַז אין דער צײַט פֿונעם גירוש־ספֿרד האָבן ס׳רובֿ ייִדן זיך געראַטעוועט, אָדער דורך אַנטלויפֿן, אָדער (אַ סך מער) דורך שמדן זיך; און אין די קאַטאַסטראָפֿאַלע מלחמות קעגן רוים האָט מען אַ סך ייִדישע רעבעלן ניט גלאַט געהרגעט, נאָר פֿאַרשקלאַפֿט. דערפֿאַר קען מען מסתּמא ניט רעכענען מיט אַן ענלעכער צאָל פֿון די לאַדינאָ־ אָדער אַראַמיש־רעדער.

אין גן־עדן רעדט מען, אַוודאי, פֿאַרשיידענע שפּראַכן, זיכער אויך אַזעלכע, וואָס מע רעדט ניט מער אויף דער וועלט. מסתּמא קען מען דאָרט נאָך הערן די אינדיאַנער שפּראַכן פֿון די אַלע שבֿטים, וואָס דער „ווײַסער מאַן‟ האָט אויסגעהרגעט אין משך פֿון 500 יאָר קאָלאָניזאַציע; אפֿשר אויך טאַסמאַניש, עטרוסקיש, פּיקטיש, און נאָך אַ סך פֿאַרלוירענע לשונות. פֿאַרן לינגוויסט גיט דער גן־עדן גאָר אַ סך מעגלעכקייטן פֿאַר אינטערעסאַנטע פֿאָרשונגען — על־אַחת־כּמה־וכּמה פֿאַרן ייִדישן דיאַלעקטאָלאָג. דאָס גאַנצע עשירות פֿון ייִדישע ריידענישן געפֿינט מען דאָרט בשפֿע: דאָס וואַרשעווער „יאַך בין‟, דאָס ליטווישע „סאַבעסדיקע פֿיס‟, דאָס „טאָטע־מאָמע‟ און „חיריק־לשון‟ פֿון אַ טייל אוקראַיִנער ייִדן. מע קען אַפֿילו הערן, ווי אַזוי עס האָבן גערעדט די ערשטע אַשכּנזים אין לותּיר (בײַם טײַך רײַן), וואָס אַ סך פֿון זיי זײַנען אומגעקומען אין דער צײַט פֿון די קרייצצוגן. יענע וועלט איז פֿאַרן ייִדישן לינגוויסט אַן אמתער גן־עדן.

דאָס אָרט זעט מסתּמא אויס ווי אַ גרויסע קאַפֿעטעריע מיט אַ סך טישן, וווּ צדיקים און קדושים פֿון פֿאַרשיידענע סאָרטן זיצן און שעפּן נחת־רוח. די פֿרומע ייִדן, דאַרף מען אָננעמען, לערנען דאָרט תּורה, אָבער די פֿרײַע ייִדן שפּילן זיך מסתּמא אין „פּינאָקל‟ און „פּויקער‟, אָדער זיי קריגן זיך וועגן פּאָליטיק, אַזוי ווי בײַם לעבן. אַז מע נעמט אין באַטראַכט די גרויסע צאָל ייִדישע אַרטיסטן, שרײַבער, און קולטור־טוער, וואָס זײַנען אומגעקומען, דאַרפֿן די פֿרײַע ייִדן דאָרט האָבן זייער אַן אָנגעזעטיקט קולטור־לעבן.

אַפֿילו פֿאַר יענעם סטודענט, וואָס האָט ספֿקות, צי ער וועט טאַקע אָנגענומען ווערן אין גן־עדן, איז כּדאַי זיך אויסצולערנען ייִדיש. קודם־כּל, איז גאָט אַ רחום־וחנון און מע דאַרף גלייבן, אַז מע וועט, סוף־כּל־סוף, אָנקומען צו יענע הימלישע קאָרטן־שפּילער. אַפֿילו אין ערגסטן פֿאַל, אויב מע ווערט פֿאַרשיקט אין גיהנום, קען מען פֿאָרט מיט ייִדיש זיך געבן אַן עצה. ווײַל פּונקט ווי ייִדיש צווישן די אײַנוווינער פֿון גן־עדן, רעדן אַ סך פֿאַרמישפּטע אין גיהנום — דײַטש. צענדליקער מיליאָנען נאַציס, מיליטאַריסטן, דעספּאָטן, קאָלאָניזאַטאָרן, קרייצפֿאָרער, ריטער און באַרבאַרן פֿון אַלע מינים האָבן זיך באַזעצט דאָרט אונטן אין משך פֿון די הונדערטער יאָרן. די ערשטע שפּראַך אויף די שילדן און מעלדונגען אויף די פֿײַערדיקע ווענט מוז זײַן דײַטש, מסתּמא, געדרוקט מיט גרויסע גאָטישע אותיות. און אַז מע קען שוין ייִדיש, איז ניט שווער זיך צו ספּראַווען מיט דײַטש.

דעריבער דאַרפֿן די סטודענטן צולייגן קאָפּ און טראַכטן פּראַקטיש וועגן דער פֿראַגע, וואָסער שפּראַך זיך צו לערנען אין אוניווערסיטעט. ס׳איז אַ פֿראַגע פֿון לעבן און טויט — און פֿון לעבן נאָכן טויט. זאָלן זיי פּלאַנירן פֿון פֿריִער, און ניט וואַרטן ביז מע קומט אויפֿן עולם־האמת און זעט — אַז מע האָט געדאַרפֿט זיך אויסלערנען ייִדיש.