אַן אָנגייענדיקער געריכט־פּראָצעס איבער קאָרופּציע־מעשׂים אין דער רעגירונג פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק קאָן פֿאַרשלעפּט ווערן אויף אַ לאַנגער צײַט אָדער אַפֿילו דורכפֿאַלן צוליב אַן אומגעוויינטלעכער סיבה: ייִדיש.
די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די אַדוואָקאַטן פֿונעם ניו־יאָרקער סענאַטאָר מאַלקאָם סמיט, וועלכער איז אַרעסטירט געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק צוליב באַשולדיקונגען אין קאָרופּציע, האָבן געטענהט, אַז זיי קאָנען נישט פֿאַרשטיין 300 רעקאָרדירונגען פֿון שמועסן מיט אַ חסידישן שווינדלער פֿון מאָנסי, ווײַל זיי ווערן געפֿירט אויף ייִדיש. די פּראָקוראָרן און דער ריכטער, קענעט קאַראַס, קענען אויך נישט קיין ייִדיש און טראַכטן איצט, ווי אַזוי ממשיך צו זײַן דעם פּראָצעס.
דער איבערזיכט און באַהאַנדלונג פֿון די רעקאָרדירונגען אינעם געריכט וואָלט געקאָנט פֿאַרנעמען עטלעכע חדשים. דער ריכטער האָט געלאָזט די פּראָקוראָרן אויסצודריקן אַ מיינונג, אַז דער פּראָצעס קאָן זיך באַגיין אָן די דאָזיקע דאָקומענטן, אָבער בײַם סוף באַשלאָסן, אַז מע מוז זיי אַנאַליזירן.
משה שטערן, אַ חסידישער געשעפֿטסמאַן, וואָס האַנדלט מיט הײַזער אין דער מאָנסי־געגנט, האָט מסכּים געווען צו מסרן זײַנע שותּפֿים, כּדי מע זאָל באַטראַכטן זײַנע פֿאַרברעכנס מער ברחמנותדיק אין געריכט. מע איז חושד, אַז שטערן האָט געפּרוּווט צו פֿירן גרויסע קאָרופּציע־געשעפֿטן מיט אַ צאָל נישט־ייִדישע פּאָליטיקער, וואָס האָבן געוואָלט באַקומען אַ טייל פֿונעם רווח און מער שטימען פֿון די פֿרומע ייִדן.
די קאָמפּליצירטע קייט פֿון געשעענישן האָט זיך אָנגעהויבן פֿון אַ קאָרופּציע־געשעפֿט צווישן שטערן און נאָראַמי דזשאַסמין, די מעיאָרין פֿון ספּרינג־וואַלי — אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן חלק פֿון ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען אַ סך פֿרומע ייִדן. אין דער זעלבער געגנט געפֿינען זיך די באַקאַנטע שטעטלעך מאָנסי און ניו־סקווער. ספּרינג־וואַלי געהערט צום מיזרחדיקן טייל פֿון דער געגנט ראַמאַפּאָ, וווּ עס קומט פֿאָר איצט אַ ביטערע קריגערײַ צווישן דער ייִדישער און נישט־ייִדישער באַפֿעלקערונג צוליב די סתּירותדיקע מעשׂים פֿון דער אָרטיקער שולן־אַדמיניסטראַציע.
לויט דער פֿאָרמעלער באַשולדיקונג פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג, האָט שטערן אָפּגערעדט מיט דזשאַסמין, אין פֿעברואַר 2012, צו פֿאַרנעמען זיך בשותּפֿות מיט בויערײַ אויף אַ שטח לעבן ספּרינג־וואַלי. שטערן האָט פֿאָרגעלייגט אויסצובאַהאַלטן די באַטייליקונג פֿון דער מעיאָרין אינעם געשעפֿט, און זי האָט אים צוגעזאָגט, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿונעם שטעטל וועט גוטהייסן זײַנע בויערײַ־פּראָיעקטן.
שטערן ווערט אויך באַשולדיקט אין אַ קאָרופּציע־געשעפֿט מיט אַן אַנדער אָרטיקן פּאָליטיקער, דזשאָזעף דעסמאַרעט. כּדי דאָס געריכט זאָל האָבן מער רחמנות אויף אים, האָט שטערן מסכּים געווען צו קאָאָפּערירן מיט דער פּאָליציי אין שײַכות מיט אַן אַנדער פֿאַרברעכן, וואָס איז נישט פֿאַרבונדן מיט דער דערמאָנטער מעשׂה פֿון די צוויי פּאָליטיקער. צוזאַמען מיט אַן אַגענט פֿון „עף־בי־אײַ‟, וועלכער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַן אַנדער בויערײַ־געשעפֿטסמאַן, האָט שטערן פֿאָרגעלייגט מאַלקאָם סמיט און דעניעל האַלאָראַן, אַ געוועזענער מיטגליד פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטס־ראַט, אַרײַנצולייגן געלט אין זייער פּאָליטישן דערפֿאָלק; די פּאָליטיקער האָבן, פֿון זייער זײַט, מסכּים געווען אויסצוצאָלן פֿונעם מלוכישן בודזשעט.
די נישט־ייִדישע אַקטיוויסטן אין דער מאָנסי־געגנט טענהן, אַז די מעשׂה מיט משה שטערן קאָן זײַן אַ סימן פֿון אַ ברייטער אַלגעמיינער קאָרופּציע אינעם ראַיאָן, וואָס שייך הײַזער־געשעפֿטן, אַרײַנגערעכנט די פֿרומע. שטערן איז געווען, פֿון זײַן צד, באַקאַנט ווי אַן אַקטיוויסט פֿון דער אָרטיקער פֿרומער קהילה, מסוגל צו העלפֿן די אָרטיקע פּאָליטיקער צו קריגן די שטימען און איז באַקאַנט מיט פֿאַרשיידענע מעכטיקע פֿיגורן. לעצטנס, האָט ער אָבער געליטן פֿון אַ צאָל גרויסע פֿינאַנציעלע מפּלות; למשל, אינעם יאָר 2010 האָט ער פֿאַרלוירן 126 מיליאָן דאָלאַר אין אַ מחלוקת מיט דער קאָרפּאָראַציע Citigroup.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.