מײַן עלטערזיידע, געבוירן דעם 20סטן אַפּריל 1892 אין ווין, האָט געדינט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה ווי אַ דאָקטער אין דער קעניגלעכער אַרמיי פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער האַבסבורגער אימפּעריע. ער האָט געהאָלפֿן די פֿאַרוווּנדעטע בעת דער שלאַכט בײַם טײַך סאָטשע, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער סלאָוועניע און באַקאַנט אויף איטאַליעניש ווי איסאָנזאָ; דאָרט זענען אומגעקומען איבער אַ האַלב מיליאָן סאָלדאַטן.
זײַענדיק אַ שטיצער פֿונעם קײַזער פֿראַנץ יאָזעף, איז מײַן עלטערזיידע געבליבן אַן עסטרײַכישער פּאַטריאָט אַפֿילו נאָכן יאָר 1934, ווען עסטרײַך איז געוואָרן אַ פֿאַשיסטישע מלוכה. אין מאַרץ 1938 האָט מען אים באַזײַטיקט פֿון דער שטעלע און דעפּאָרטירט קיין בוכענוואַלד. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער איז ער באַפֿרײַט געוואָרן און אַוועקגעפֿאָרן קיין איטאַליע, האָפֿנדיק צו אַנטלויפֿן ווײַטער קיין כינע.
אין איטאַליע, האָט מען אים פֿאַרהאַלטן אין אַ רעלאַטיוו שטילן לאַגער לעבן פּערודזשע, ביז דער נאַצי־ליקווידאַציע אינעם יאָר 1943. ער איז געבליבן דער איינציקער ניצול־געוואָרענער צווישן הונדערטער ייִדן אינעם לאַגער, וועלכע זענען אָפּגעשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ. לויט אונדזער משפּחה־לעגענדע, האָט אַן אָרטיקער מענטש אים געהאָלפֿן זיך אויסצובאַהאַלטן אינעם וואַלד.
אַ סך פֿון די הונדערטער טויזנט ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע צווישן 1867 און 1930, זענען געווען אירע גרויסע פּאַטריאָטן. די איצטיקע אויסשטעלונג אינעם ווינער ייִדישן מוזיי, וואָס הייסט „דער קץ־הימים — דאָס ייִדישע לעבן און טויט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה‟, דערציילט וועגן דער העלדישקייט פֿון אַזעלכע ייִדן. די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 14טן סעפּטערבער.
ווען איך בין געוואַקסן אין עסטרײַך, האָב איך געוווּסט עטלעכע עיקר־פֿאַקטן וועגן דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם קײַזער פֿראַנץ יאָזעף. איך האָב אָבער כּמעט גאָרנישט געוווּסט וועגן דעם, אַז ער האָט געגעבן אַלע בירגער פֿון זײַן אימפּעריע, אינעם יאָר 1867, כּמעט אינגאַנצן גלײַכע רעכט. די ייִדן זענען געוואָרן כּמעט גלײַכבאַרעכטיקטע בירגער — אַחוץ דעם, וואָס זיי האָבן נישט געקאָנט דינען ווי מיניסטאָרן און דיפּלאָמאַטן, וועלכע האָבן געמוזט זײַן קריסטן. דער אימפּעראַטאָר אַליין האָט געלויבט דעם פּאַטריאָטיזם און בראַווקייט פֿון די ייִדישע סאָלדאַטן. די אָרטיקע ייִדן האָבן אים טאַקע שטאַרק געשטיצט און צוגעטראַכט פֿאַר אים אַ היימישן ייִדישן נאָמען: „אפֿרים יאָסעלע‟.
אויף דער אויסשטעלונג האָב איך אויסגעפֿונען אַ צאָל אַנדערע חידושדיקע פֿאַקטן. למשל, איך האָב נישט געוווּסט, אַז ייִדן האָבן געמעגט דינען אין דער עסטרײַכישער אַרמיי נאָכן יאָר 1788; נישט ווייניק פֿון זיי האָבן טאַקע אויסגעקליבן די פּרעסטיזשפֿולע מיליטערישע קאַריערע. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָבן 300,000 ייִדישע מיליטער־לײַט פֿון אַלע ראַנגען געדינט אין דער עסטרײַכיש־אונגערישער אַרמיי; בערך אַ צענט־חלק פֿון זיי זענען אומגעקומען. די אַרמיי־ראַבינער זענען געווען, על־פּי־רובֿ, רעפֿאָרמער, אָבער ס׳רובֿ סאָלדאַטן האָבן געשטאַמט פֿון די אָרטאָדאָקסישע קהילות, וועלכע זענען געווען קאָנצענטרירט אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון דער אימפּעריע.
די אויסשטעלונג דערמעגלעכט זיך צו באַקענען מיט אַ סך פּרטים וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין דער אימפּעריע, ווי אויך מיט אַ ריזיקן סכום פֿון סטאַטיסטישער אינפֿאָרמאַציע. נישט געקוקט אויף אַ ממשותדיקן אַנטיסעמיטיזם, איז דאָס 19טע יאָרהונדערט געווען די „גאָלדענע תּקופֿה‟ פֿאַר די אָרטיקע ייִדן.
אַ טייל עקספּאָנאַטן זענען אויסגעשטעלט געוואָרן אויף אַן אומגעלומפּערטן אופֿן; צומאָל זעען זיי אויס צו טרוקן, און צומאָל — צו לעכערדיק. בדרך־כּלל גיט אָבער די אויסשטעלונג אַ גוטע מעגלעכקייט זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי די ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט אין דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, און פֿאַרוואָס אַ סך פֿון זיי, אַזוי ווי מײַן עלטערזיידע, האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אַפֿילו ווען די פֿאַשיסטן און נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.