דער שוועדישער מיניסטער פֿון בילדונג, יאַן ביאָרקלונד, האָט דעם 11טן יוני געזאָגט, אַז זײַן רעגירונג וועט נישט דערלאָזט די בפֿירוש נעאָ־נאַציסטישע פּאַרטייען צו פֿאַרשפּרייטן זייער פּראָפּאַגאַנדע אין די שולן. ווי ער האָט דערקלערט דעם „שוועדישן ראַדיאָ‟ אין אַן אינטערוויו, טאָר מען נישט דערלויבן, אַז אַזעלכע פּאַרשוינען זאָלן זיך טרעפֿן מיט קליינע קינדער.
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט דער „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע גרופּעס, געבעטן די שוועדישע רעגירונג אָפּצושטעלן די טעטיקייט פֿון דער פֿאַשיסטישער „סווענסקאַרנאַס־פּאַרטיי‟ מיט אַ בפֿירוש נאַציסטישן טעם, וועלכע האָט פֿאָרגעלייגט די שול־קינדער אַ לימודים־פּראָגראַם וועגן דער אָרטיקער פּאָליטישער סיסטעם. הגם די קליינע פּאַרטיי האָט נישט קיין פֿאָרשטייער אינעם פּאַרלאַמענט, האָט די „נאַציאָנאַלע אַגענטור פֿאַר בילדונג‟ בײַ דער שוועדישער רעגירונג גוטגעהייסן די איניציאַטיוו.
שמעון שמואלס, דער דירעקטאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלע ענינים בײַם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, האָט געבעטן דעם מיניסטער נישט צו דערלאָזן זיך אַרײַנמישן אין דער שול־בילדונג אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס קאָן „שטעלן אין סכּנה די קינדער פֿון אימיגראַנטן, מוסולמענער, ציגײַנער און ייִדן‟, און האָט פֿאַרדאַמט די פּאַרטיי אין ראַסיזם.
פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, האָט ביאָרקלונד דורכגעפֿירט אַ זיצונג, באַטראַכט די סיטואַציע, און געזאָגט, אַז דער מיניסטעריום וועט שאַפֿן אַ ספּעציעלן קאָמיטעט, וואָס וועט באַשליסן, וועלכע פּאַרטייען מעגן האָבן אַ צוטריט צו דער שול־בילדונג — און וועלכע נישט. צווישן אַנדערע תּנאָים, וועט מען באַטראַכטן, צי מע מעג פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן אין אַ שול די קליינע ווייניק באַקאַנטע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן נישט קיין רעפּרעזענטאַנטן אין דער רעגירונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.