הײַנט צו טאָג שפּילט זיך אָפּ אַ פּיעסע אויף „טהיעטער ראָו‟ און די 42־סטע גאַס אין מאַנהעטן, וואָס רופֿט זיך „עטל זינגט‟.
עטל ראָזנבערג און איר מאַן דזשוליוס זײַנען געווען דאָס איינציקע פּאָרל וואָס מען האָט פֿאַרמשפּט צום טויט אין 1943, אָנגעקלאָגטע אין שפּיאָנאַזש פֿאַרן סאָוועטן פֿאַרבאַנד. מען האָט זיי קלאַסיפֿיצירט ווי פֿאַררעטער פֿון לאַנד און פֿאַרמשפּט צום טויט.
ביידע זײַנען טאַקע געווען מיטגלידער אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און פֿאַרברענטע קאָמוניסטן דערצו. די ייִדישע משפּחה האָט געהאַט צוויי יונגע קינדער, וועלכע עטל האָט מקריבֿ געווען צוליב איר אידעאַליזם. דזשוליוס ווידער האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אַ פֿרומער משפּחה, אָפּגעהיט דינים, אָבער יונגערהייט האָט ער פֿאַרביטן די יוצרות, אַוועק פֿון זײַן ייִדישן גאָט און אים אויסגעטוישט אויף אַן עבודה זרה — נעמלעך, סטאַלינס רויטן „גן־עדן‟.
די פּיעסע האָט געשריבן די דראַמאַטורגין דזשאָאַן ביבער — אַן עלטערע, ייִדישע פֿרוי מיט וועמען איך האָב שפּעטער געכאַפּט אַ שמועס. אפֿילו נאָך סטאַלינס אכזריותדיק און פּערווערזן רעזשים איז זי עד־היום פֿאַרבליבן אַן אָנהענגערין פֿון דער רויטער אידעאָלאָגיע.
זי דערציילט מיר, אַז זי האָט געפֿאָרשט די ראָזנבערג משפּחה־דראַמע גאַנצע צוואַנציק יאָר צײַט איידער זי האָט עס פֿאַרעפֿנטלעכט. איך האָב זי געפֿרעגט, צי זי האָט אויך געפֿאָרשט אין ייִוואָ, ווײַזט זי מיר אַ ליידיק פּנים:
„וואָס איז דאָס? קיין מאָל נישט געהערט אַזאַ נאָמען.‟ האָב איך זי געפֿרעגט צי זי האָט אַמאָל געהערט פֿון אַן אײַזיק באַשעוויס־זינגער, דעם נאָבעל פּרעמירטן שרײַבער? איר ענטפֿער: „ווער איז דאָס?‟
אויף דער בינע, עלף אַקטיאָרן, ס’רובֿ פֿון זיי — אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. אפֿילו די מאַמע, וועלכע רעדט אַ צעבראָכענעם ענגליש מיט ייִדישע ווערטער אַרײַנגעבראָקט, איז אויך אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אַקטריסע.
דאָ און דאָרט וואַרפֿט מען אַרײַן ייִדישע ווערטער, מען זינגט „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, פֿרעג איך די דראַמאַטורגין צי זי קען טאַקע ייִדיש. אַ נעכטיקער טאָג. „איז ווער האָט אַרײַנגעבראָקט דעם שלל ייִדישע ווערטער?‟ וויל איך וויסן.
„מסתּמא דער רעזשיסאָר, וויל פּאָמעראַנץ,‟ וואַרפֿט זי מיר צו אַ שמייכלדיק פּנים.
דער זעלבער רעזשיסאָר דערציילט אין זײַן אַרײַנפֿיר וואָרט אויף די ערשטע זײַטן פֿון אַפֿיש, ווו ער זאָגט, אַז אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט דער סענאַטאָר דזשאָו מעקאַרטי טעראָריזירט דאָס לאַנד זוכנדיק קאָמוניסטן אין יעדן לאָך.
אַ חוץ דעם איז די אַטמאָספֿערע געווען פֿאַרסמט מיטן אַנטיסעמיטיזם, פֿון סענאַט ביזן זעלבסט־האַסנדיקן ייִדישן ריכטער, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן דעם פּסק. דאָס לאַנד איז געווען אײַנגעטונקען אין היסטעריע.
ער פֿאַרגלײַכט יענע צײַט מיט דעם תּפֿיסה־סיסטעם הײַנט צו טאָג אין אַמעריקע, וווּ ס’רובֿ אַרעסטאַנטן זײַנען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. ער טענהט, אַז מיר לעבן אין אַ לאַנד פֿון אומגערעכטיקייט, מיט אַ ריזיקן אונטערשייד צווישן אָרעם און רײַך.
די אַקטריסע, וואָס האָט געשפּילט עטל, טרייסי מיכײַלידיס, האָט פֿאַרמאָגט אַ שיין שטימעלע צום זינגען, כאָטש זי איז געווען די איינציקע וואָס האָט אויסגעזונגען אַ צוויי־דרײַ לידער, דערוויסט מען זיך אַז עטל האָט געזונגען און ליב געהאַט די בינע.
אין דער דראַמע, האָט עטל אויסגעשפּילט די אַמאָליקע „דזשאָון אָוו אַרק‟, די יונגע פֿראַנצויזין וועלכע איז פֿאַרברענט געוואָרן אויפֿן שײַטער אינעם פֿופֿצנטן יאָרהונדערט.
די דראַמאַטורגין האָט אין איר פּיעסע געפּרעדיקט אַז אַלע זײַנען גלײַך — ייִדן, קריסטן, מוסולמענער, הינדוסן, נישטאָ קיין אונטערשייד צווישן פֿעלקער.
הלוואי, האָב איך זיך געטראַכט, וואָלט עס אמת געווען. די אידעאָלאָגיע קלינגט גוט אין לידער, נישט אין דער ווירקלעכקייט, און א חוץ דעם איז די פּיעסע אַ פֿאַרעלטערטע ווען עס קומט צום אידעאַליזירן אַן אַלטע, אויסגעשפּילטע ווערסיע פֿון קאָמוניזם. מיר איז שווער געווען אויסצוזיצן גאַנצע צוויי שעה, צוקוקנדיק אַ פּיעסע וואָס האָט אַ קנאַפּן שײַכות מיטן הײַנט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דער עלטערער, ייִדישער עולם איז באַשטאַנען פֿון די לינק־געשטימטע חבֿרה, וואָס פֿאַר זיי איז די געשיכטע נישט נאָר קיין נײַעס, נאָר אַן איבערלעבונג אויפֿדאָסנײַ זייער יוגנט.
אַ קליינע קופּקע האָט זיך פֿאַרזאַמלט בײַ די טרעפּ בײַם אַרויסגאַנג. דעמאָלט האָב איך זיך טאַקע אָפּגעשטעלט און געוואָלט הערן סײַ פֿון דער דראַמאַטורגין און סײַ פֿון די צוויי שוועסטער וועלכע האָבן זי אַרומגערינגלט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז זיי האָבן זי באַשאָטן מיט קאָמפּלימענטן. איך ווידער האָב געוואָלט וויסן ווער די צוויי שוועסטער זײַנען; איינע פֿון זיי איז 67 און די אַנדערע — 71. איך פֿרעג די ייִנגערע, צי זי האָט געהערט אַז ס’גייט אַרויס אַ ייִדישע צײַטונג אין ניו־יאָרק וואָס הייסט דער „פֿאָרווערטס‟.
די ייִנגערע שוועסטער האָט זיך אָנגעצונדן ווי אַ האָלאָוועשקע. וואָסי? בין איך געווען נײַגעריק.
„איך האָב פֿײַנט דעם ייִדישן פֿאָרווערטס.‟
„וואָס איז די סיבה?‟ גייט מיר אין לעבן.
„ווען איך בין געווען אַ כּלה־מיידל פֿלעגט מײַן מאַמע אַרײַנשיקן מודעות, אַז זי זוכט אַ חתן פֿאַר מיר. דער ׳פֿאָרווערטס׳ האָט דעמאָלט פֿאַרמאָגט אַ שידוכים־ווינקל. האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַ כאָפּטע מיאוסע זידל־בריוועלעך אויף מײַן חשבון. איך האָב געוויינט.‟
איך קוק זי אָן — אַ שיינע, הויכע פֿרוי… ווי קומט עס אַז מען האָט זי אַזוי באַהאַנדלט? אסור צי איך האָב פֿאַרשטאַנען. ערשט בײַם אַרויסגיין פֿון טעאַטער האָב איך באַמערקט אַז זי גייט קרימלעך, מסתּמא אַ קאַליקע פֿון קינדווײַז אָן.
זאַלבע פֿינף פֿון אונדז, זײַנען אַרײַן אין אַ רעסטאָראַן, צוזאַמען מיט דער מחברטע פֿון דער פּיעסע. איך גיב אַ קוק, די ייִנגערע שוועסטער און די עלטערע שוועסטער טרינקען וואָדקאַ אויף וואָס די וועלט שטייט. בלויז דער יאַפּאַנישער מאַן פֿון דער עלטערער שוועסטער איז געזעסן בשתּיקה.
ווען די עלטערע איז שוין געווען איבערבגילופֿן, האָט זי אָנגעהויבן צו דערציילן אַז זי איז אַ פּראָפֿעסאָרשע אין פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט, און אַז געלט איז נישט קיין מניעה, זיי קענען זיך פֿאַרגינען פֿון אַלעם גוטן. טראַכט איך זיך, זעסט מירל, קאָמוניסטן אַהין, קאָמוניסטן אַהער, דער קאַפּיטאַל שטערט זיי נישט צום קאָמוניזם. וואָס האָבן זיי געמיינזאַמס מיט די ראָזנבערגס? אַ פֿײַג. דער עיקר — מ’איז מקנא יענעמס קרבנות, העלדישקייט, אידיעאָלאָגיע. גוט צו האָבן אַ מכּה אונטער יענעמס אָרעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.