(די 2 טע זײַט פֿון 2)
קאַמינסקי ווייסט, אַז די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ האָבן שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן אַן אויפֿשטאַנד, אָבער ער זאָגט זיך אָפּ אין דעם זיך באַטייליקן. זײַן אייציקער ציל אין לעבן איז, אַז זײַן זון, וואָס ער האָט נישט געקענט ראַטעווען פֿונעם טויט, זאָל כאָטש באַערט ווערן דורך אַ ייִדישער קבֿורה.
סײַדן מע וועט נאָך מאַכן ענדערונגען, וועט 40% פֿונעם פֿילם זײַן אויף אונגעריש, און דאָס איבעריקע — אויף ייִדיש, באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, האָט דער פּראָדוצירער, גאַבאָר שיפּאָש, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.
אין 2011 איז דער פֿילם־פּראָיעקט אויסגעקליבן געוואָרן פֿון דער „ירושלימער אינטערנאַציאָנאַלער פֿילם־לאַבאָראַטאָריע‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס ברענגט יעדעס יאָר קיין ירושלים 12 טאַלאַנטירטע יונגע רעזשיסאָרן־שרײַבער (6 ישׂראלדיקע, און 6 אויסלענדישע), צו העלפֿן זיי צו אַנטוויקלען אַ געראָטענעם סצענאַר, און במילא פֿאַרבעסערן זייערע שאַנסן פֿון געפֿינען פּראָדוצענטן און אינוועסטירער. „די קוואַליטעט פֿונעם סצענאַר פֿון ‘.S. K’ איז געווען זייער אַ הויכע,‟ האָט יפֿת טובי, די געהילף־דירעקטאָרין פֿון דער פֿילם־לאַבאָראַטאָריע געזאָגט. „אַרבעטנדיק מיט איינעם פֿון אונדזערע שרײַבער, האָט לאַזלאָ געמאַכט זייער אַ גיכן פּראָגרעס — פֿון דעצעמבער 2012 ביז מאַרץ 2013. דער פֿאַקט, אַז זיי האָבן שוין אָנגעהויבן פֿילמירן דאָס ווערק, איז אויך אַ באַווײַז, אַז זיי האָבן גיך געפֿונען גענוג פֿאָנדן דערפֿאַר.‟
די הוצאָות פֿונעם פֿילם־פּראָיעקט ווערן אין גאַנצן געדעקט פֿון דער אונגערישער מלוכה, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז דער פֿילם וועט אַרויס הײַיאָר, בעת מע מערקט אָפּ אין אונגערן די 70 יאָר זינט דער נאַצי־אָקופּאַציע.
„געוויסע מענטשן האָבן מיר געזאָגט, אַז מע וועט דעם פילם קיין מאָל נישט מאַכן,‟ האָט שיפּאָש באַמערקט. „אין אונגערן איז די טעמע פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ נאָך אַלץ אונטער אַ גרויסער טאַבו. דאָ זיצן און טרינקען אין די זעלבע באַרס די קינדער און אייניקלעך פֿון דער נאַצי־פּאָליציי מיט די קינדער און אייניקלעך פֿון די לעבן־געבליבענע. ס׳איז נישט אַזוי ווי אין בערלין, וווּ די דײַטשן האָבן שוין אָנגענומען דאָס אַחריות, זיי לערנען וועגן דעם חורבן, און אינוועסטירן אַ סך געלט און ענערגיע צו באַקעמפֿן די חורבן־לייקענונג. דאָ אין אונגערן, אויב אַ פֿרומער ייִד גייט פֿאַרביי, קען מען אָפֿט מאָל הערן ׳דו, שמוציקער ייִד!׳‟
ערשט לעצטנס האָט שיפּאָש געלייענט אַן אַרטיקל וועגן די נײַע עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע טאַטוס בײַ די האַלב־נאַקעטע יונגע לײַט, וואָס זיצן אויף דער פּלאַזשע. „אויף איין פּלייצע קען מען זען אַ גרויסע אונגערישע פֿאָן, און אויף אַ צווייטער — מאַפּעס פֿון אונגערן מיט געוויסע שטעט ׳אַרויסגעשניטן׳,‟ האָט שיפּאָש באַמערקט.
כאָטש די ייִדישע קהילה איז באַזאָרגט וועגן דער קסענאָפֿאָבישער ריכטונג פֿון לאַנד, שרעקט עס נישט אָפּ די יונגע ייִדן. „דער צווייטער דור — די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה — האָט אויסבאַהאַלטן זײַן ייִדישע אידענטיטעט, אויס מורא פֿאַר אַנטיסעמיטיזם, אָבער מיר, דער דריטער דור, שעמען זיך נישט צו ווײַזן, אַז מיר זענען ייִדן,‟ האָט שיפּאָש געזאָגט.
ווי אַ קונסטווערק, איז ‘.S. K’ מסתּמא דער בעסטער מיטל אָפּצומערקן דעם חורבן, ווײַל ער ווײַזט ווי אַזוי די הײַנטיקע קינסטלער באַהאַנדלען אַן אָריגינעלע חורבן־טעמע: די פּסיכאָלאָגיע פֿון אַ זאָנדערקאָמאַנדאָ. „טאַקע דערפֿאַר איז דער סצענאַר מיר אַזוי שטאַרק געפֿעלן געוואָרן,‟ האָט שיפּאָש געזאָגט. „ווען מע שרײַבט וועגן אַ זאָנדערקאָמאַנדאָ, איז שווער צו געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן זײַן שולדיקייט און זײַן אומשולדיקייט, ווײַל די דיסטאַנץ צווישן די צוויי פּונקטן איז נישט זייער גרויס.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.