ווען איינער פֿון די דרײַ ישיבֿה־בחורים, פֿאַרכאַפּט פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק לעבן דעם קיבוץ כּפֿר־עציון, האָט אָנגעקלונען די ישׂראלדיקע פּאָליציי, האָט זי באַשלאָסן, אַז דאָס איז געווען בלויז אַ כוליגאַניש שפּיצל. ערשט מיט פֿיר און אַ האַלב שעה שפּעטער, ווען די קרובֿים האָבן אָנגעקלאָגט, אַז איינער פֿון די ייִנגלעך איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, האָבן די פּאָליציאַנטן אינפֿאָרמירט דעם מיליטער און אָנגעהויבן זוכן די פֿאַרכאַפּטע.
דער בחור האָט אָנגעקלונגען 10:25 אַזייגער אין אָוונט. די משפּחה — אַ טאַטע אָדער אַ ברודער, ווי מע האָט איבערגעגעבן — האָט זיך אָנגעווענדט צו דער פּאָליציי 3 אַזייגער בײַנאַכט. צוליב דעם, זענען די זוכענישן אומזיסט אָפּגעלייגט געוואָרן.
אין די סאָציאַלע נעץ אויף דער אינטערנעץ האָט זיך נאָך שבת, דעם 14טן יוני, פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז איינעם פֿון די פֿאַרכאַפּטע האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרבינדן מיט דער פּאָליציי. מיט אַ טאָג שפּעטער, זונטיק, האָט די מיליטערישע צענזור דערלויבט מפֿרסם צו זײַן, אַז דאָס איז טאַקע אמת. בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָט דער הויפּט־קאָמיסאַר פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, יוחנן דאָנינאָ, געזאָגט, אַז שפּעטער וועט מען אויספֿאָרשן, פֿאַרוואָס מע האָט איגנאָרירט דעם טעלעפֿאָן־קלונג. דערווײַל, האָט ער צוגעגעבן, איז אָבער וויכטיקער צו פֿאָקוסירן זיך אויף זי זוכענישן פֿון די פֿאַרכאַפּטע. דאַנינאָ אַליין האָט זיך אומגעקערט זונטיק נאָכמיטאָג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליציי־קאָנפֿערענץ אין ניו־יאָרק, כּמעט מיט דרײַ טעג נאָך דער פֿאַרכאַפּונג. דאָס האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל, צוליב וועלכן ער וועט, מעגלעך, פֿאַרלירן זײַן שטעלע.
די פּרעסע האָט איבערגעגעבן, אַז אַן אָפּעראַטאָר פֿון דער „ליניע 100‟, דער ישׂראלדיקער עקוויוואַלענט פֿונעם אַמעריקאַנער הילף־נומער „911‟, האָט באַקומען דאָנערשטיק אין אָוונט אַ טעלעפֿאָן־רוף פֿון אַ מאַן, וועלכער האָט צוויי מאָל געשעפּטשעט: „זיי פֿאַרכאַפּן אונדז‟ אָדער „מיר זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן‟. די טעלעפֿאָן־ליניע איז געבליבן אָפֿן במשך פֿון צוויי מינוט; עס האָבן זיך דערהערט געשרייען און דער רעש, וואָס האָט געקלונגען ווי אַ געשלעג. דערנאָך האָט זיך דער קלאַנג איבערגעריסן.
לויט דער נײַעס־וועבזײַט Ynet.com, האָט דער מיניסטעריום פֿון אינערלעכער זיכערהייט איבערגעגעבן, אַז דער אָפּעראַטאָר האָט זיך תּיכף פֿאַרבונדן מיט זײַן פֿאַרוואַלטער. אַ צאָל פּאָליציאַנטן האָבן עטלעכע מאָל אויסגעהערט די רעקאָרדונג, אָן דערפֿאָלג געפּרוּווט אָנצוקלינגען צוריק, און באַשלאָסן, אַז דער קלאַנג איז געווען סתּם אַן אָנשטעל.
פֿאַראַכטאָגן שבת, האָט אַ ישׂראלדיקער שאָפֿער איבערגעגעבן, אַז ער האָט אָפּגעפֿירט צוויי פֿון די פֿאַרכאַפּטע בחורים אַ האַלבן וועג. ווען זיי זענען אַרויס פֿונעם אויטאָ, האָט ער זיי געוואָרנט, אַז זיי געפֿינען זיך אין אַ סכּנותדיקער געגנט. דער שאָפֿער האָט שפּעטער צוגעגעבן, אַז ער פֿילט גרויס עגמת־נפֿש, אַז ער האָט נישט דערפֿירט די בחורים אַהיים. מע איז זיך משער, אַז דאָס זענען געווען נפֿתּלי פֿרענקעל און גיל־עד שאַער, צוויי 16־יאָריקער תּלמידים פֿון דער ישיבֿה „מקור חיים‟, וואָס געפֿינען זיך אינעם ייִשובֿ כּפֿר־עציון, אויף דרום פֿון ירושלים. דער דריטער פֿאַרכאַפּטער, דער 19־יאָריקער אייל יפֿרח, איז אַ ישיבֿה־בחור פֿון חבֿרון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.