וואָס מער מע דערוויסט זיך וועגן די פּרטים פֿונעם פֿאַרכאַפּן די דרײַ ישיבֿה-בחורים אין גוש־עציון, אַלץ בולטער הייבן אָן זען, ווי עס צעגייט זיך די האָפֿענונג אויף דעם שלום-פּראָצעס צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. מע מוז מודה זײַן: די פֿאַקטן שטימען מיט די נייגונגען און שטעלונגען פֿון די „קאָנסערוואַטיווע‟ — די קעגנער פֿון די אַלע שווערע באַשלוסן, וואָס די נתניהו־רעגירונג האָט אָנגענומען, כּדי צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ צוטרוי בײַ די פּאַלעסטינער, און צו פֿאַרשטאַרקן בײַ די ישׂראלים דעם רושם, אַז די פּאַלעסטינישע שטיצע פֿאַרן שלום-פּראָצעס איז נישט קיין אילוזיע און אַ פּוסטער חלום.
די פֿאַרכאַפּונג האָט ווירקלעך צערודערט די ישׂראלים פֿון אַלע פּאָליטישע קרײַזן. די ישיבֿה-בחורים זײַנען נישט קיין דערוואַקסענע, מילד גערעדט, און אַוודאי, נישט קיין זעלנער, נאָר תּלמידים פֿונעם 10טן קלאַס מיט נאָך קינדערשע פּנימער. גלעד שאַליט איז כאָטש געווען אַ זעלנער, וואָס מע האָט גענומען אין געפֿאַנגענשאַפֿט, אָבער דאָ — באמת נאָך קינדער.
דאָס אָרט, וווּ מען האָט זיי פֿאַרכאַפּט, איז אויך נישט קיין פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, נאָר אַ באַרימטער קרייצוועג צווישן ירושלים, די הויפּטשטאָט, און די קאָלאָניעס, וואָס וועלן זיכער בלײַבן אויפֿן שטח פֿון מדינת-ישׂראל אין אַ צוקונפֿטיקן הסכּם.
בלויז מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק בין איך געשטאַנען לעבן אָט דעם קרייצוועג מיט מײַן פֿרוי און געוואַרט אויף דעם אויטאָבוס צו פֿאָרן קיין ירושלים. דעמאָלט האָב איך אפֿשר צום ערשטן מאָל געזען ווי „מע כאַפּט אַ טרעמפּ‟: די אויטאָס, וואָס פֿאָרן קיין ירושלים פֿאַר שבת, שטעלן זיך אָפּ בײַם ראַנד, אָפּצונעמען יונגעלײַט, וועלכע וואַרטן און ווערן באַגאָסן מיט שווייס אונטער דער מידברדיקער זון.
בײַ דער אויטאָבוס־סטאַנציע, וואָס געפֿינט זיך אַ פּאָר מעטער ווײַטער פֿונעם קרייצוועג, האָבן זיך געדרייט צוויי צה”ל־סאָלדאַטן, וואָס האָבן מיט ביקסן אויף די אַקסלען אָפּגעהיט די דורכגייער. זיכער, איז דאָס נישט געווען צום ערשטן מאָל און נישט צום צענטן מאָל, וואָס די בחורים האָבן פּלאַנירט צו כאַפּן אַ טרעמפּ, אָן צו געבן אַ טראַכט, וואָס קען זיך טרעפֿן.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס די פּאַלעסטינער פֿאַרכאַפּן ישׂראלדיקע בירגער מיטן ציל זיי אויסצוטוישן אויף די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, וואָס זיצן אין תּפֿיסה אין ישׂראל. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט אַ פּאַלעסטינער אַרבעטער אין ישׂראל אײַנגעלאַדן זײַן מיטאַרבעטער צו זיך אַהיים און אים דערהרגעט. אָבער וואָס איז אַנדערש איצט איז, אַז די פֿאַרכאַפּער זײַנען, לויט אַלע נײַעס־באַריכטן, אַקטיוויסטן פֿון „כאַמאַס‟, און נישט גלאַט יחידים אָדער אַקטיוויסטן פֿון קלענערע אָרגאַניזאַציעס.
נאָכן דורכפֿאַל פֿון די שלום-פֿאַרהאַנדלונגען האָט די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט איניציִיִרט אַ פֿאַראייניקונגס-הסכּם מיט „כאַמאַס‟. די פֿירער פֿון פֿאַרשידענע מערבֿדיקע מדינות און באַזונדערע פּערזענלעכקייטן האָבן געשטיצט און געלויבט די איניציאַטיוו, ווי אַ פּאָזיטיוון שריט, אפֿשר ווײַל עס האָט ניט געלוינט מודה צו זײַן, אַז מען ריזיקירט מיט אַלץ, וואָס מען האָט אויפֿגעבויט זינט דעם אָסלאָ־אָפּמאַך.
נאָכן דורכפֿירן אַזאַ פֿאַרכאַפּונג ווערט קלאָר, אַז נישט בלויז „כאַמאַס‟ פֿילט זיך שטאַרק, נאָר אויך אַבו מאַזען איז אָדער שוואַך, אָדער ער אַליין שטעלט זיך נישט קעגן אַזעלכע אָפּעראַציעס. דערווײַל טענהט אַבו מאַזען, אַז ער האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דעם ענין. דערבײַ פֿאַרגעסט ער, אַז עס זענען דאָ גענוג ישׂראלים, וואָס קענען אַראַביש, כּדי צו באַזוכן די אָפֿיציעלע וועבזײַט פֿון „פֿאַטאַך‟, וווּ עס ווערט אָפֿן געשטיצט די פֿאַרכאַפּונג פֿון קינדער. די באָבע־מעשיות זײַנע וועט ער שוין פֿאַרקויפֿן אין „ווײַסן הויז‟.
אויב דאָס איז נישט גענוג, זעען די ישׂראלים בילדער פֿון די פּאַלעסטינער, וואָס פּראַווען דעם אינצידענט מיט צוקערלעך, קוכנס און בילדער פֿון דרײַ אויסגעשטרעקטע פֿינגער. זייער אָנזאָג איז קלאָר: ישׂראל שעצט דאָס לעבן און די פֿרײַהײט פֿון אירע בירגער מער, ווי דאָס האַלטן טעראָריסטן אין תּפֿיסה; אויב אַזוי, זאָל מען כאַפּן וויפֿל ישׂראלים ס׳איז מעגלעך!
די ידיעה, אַז די פֿאַרכאַפּער זײַנען פֿון די באַפֿרײַטע טעראָריסטן, באַווײַזט אַ גרויס טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, אַז עס איז געווען אַ טעות צו באַפֿרײַען טעראָריסטן צוליב וואָסער סיבה עס זאָל נישט זײַן. אין דער צוקונפֿט וועט ישׂראל שוין נישט קענען פֿאַרטראָגן, אַז אירע בירגער פֿאַלן אַרײַן אין די הענט פֿון פּאַלעסטינער; זי וועט מוזן אָנהייבן גלײַך מיט זעלנער און מיט מאַסן-אַרעסטן. די ראיה: קוקט, ווי מע רעאַגירט איצט אויף דער פֿאַרכאַפּונג, און ווי מע האָט רעאַגירט מיט גלעד שליט און די פֿריִערדיקע פֿאַלן. הײַנט איז די האַנט פֿיל שווערער.
ישׂראל האָט רעלאַטיוו אײַנגעהאַלטן רעאַגירט אויף דער פֿאַראייניקונג פֿון דעם פּאַלעסטינישן אויטאָריטעט מיט „כאַמאַס‟, אָבער ישׂראל וועט נישט קענען אַזוי אָנגיין ווײַטער. אויב זי איז פֿריִער געווען סקעפּטיש און געוואָלט וואַרטן צו זען, וואָס וועט די פֿאַראייניקטע רעגירונג ברענגען מיט זיך, וועט ישׂראל איצט מוזן זיך אָפּזאָגן צו טראַכטן אַפֿילו פֿון פֿאַרהאַנדלען מיט אַ פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, וואָס באַשטייט פֿון „כאַמאַס‟. די אויסערן-פּאָליטיק פֿון אַמעריקע איז טיילווײַז שולדיק אין דער סיטואַציע, וואָס האָט זיך געשאַפֿן. דאָס שטופּן צו פֿאַרהאַנדלונגען קעגן דעם אינטערעס פֿון אַבו מאַזען אַליין, דאָס לויפֿן צו אָנערקענען און „מיטאַרבעטן‟ מיט דער רעגירונג „פֿון טעכנאָקראַטן‟— האָט טאַקע צוגעהאָלפֿן צו שאַפֿן אַזאַ לאַגע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.