אויב אַ ראָבאָט קאָן אָנהאַלטן אַ שמועס, צי מעג מען אים מצרף זײַן אין אַ מנין?
מיט אַ וואָך צוריק האָט מען איבערגעגעבן, אַז אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, געשאַפֿן דורך אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם רידינג־אוניווערסיטעט, ענגלאַנד, האָט אַרויסגעוויזן די פֿעיִקייט נאָכצומאַכן די רייד פֿון אַ 13־יאָריק ייִדיש ייִנגל פֿון אוקראַיִנע, מיטן נאָמען יודזשין גוסטמאַן. אַ דריטל פֿון די זשורי־מיטגלידער, וועלכע האָבן אויסגעפּרוּווט די דאָזיקע פּראָגראַם, האָבן געמיינט, אַז זיי שמועסן מיט אַ לעבעדיקן מענטש.
מאַרווין מינסקי, איינער פֿון די גרעסטע מומחים אינעם געביט פֿונעם קינסטלעכן אינטעלעקט, און אַ צאָל אַנדערע פֿירנדיקע וויסנשאַפֿטלער, האָבן זיך סקעפּטיש באַטאָנט, אַז די דערמאָנטע שמועס־פּראָגראַם האָט נישט קיין שׂכל און איז בלויז מסוגל צו אַנאַליזירן און איבערחזרן אַ באַשטימטע צאָל פֿראַזעס אויף פּאָפּולערע טעמעס. אַזוי צי אַזוי, אַנטוויקלען זיך די פֿאָרשונגען פֿונעם קיססטלעכן אינטעלעקט ווײַטער. עס קאָן זײַן, אַז אַמאָל וועט זיך די וויסנשאַפֿטלער אײַנגעבן צו שאַפֿן אַ ראָבאָט מיט אַן עכטן שׂכל.
מאַרק גאָלדפֿעדער, אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ און אַן אַקאַדעמישער פֿאָרשער פֿונעם „צענטער פֿאַרן שטודירן דעם געזעץ און רעליגיע‟ בײַם עמאָרי־אוניווערסיטעט, גלייבט, אַז אַ ראָבאָט, וואָס ווײַזט אַרויס אַן עכטן שׂכל, מוז אין אַלע אַספּעקטן זײַן גלײַך צו אַ מענטש, ווי ער האָט דערקלערט מיט אַ וואָך צוריק דעם טעלעוויזיע־קאַנאַל CNN, אין שײַכות מיט דער דערמאָנטער שמועס־פּראָגראַם.
אין אַן אינטערנעץ־שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט גאָלדפֿעדער דערקלערט, אַז די דאָזיקע טעמע ווערט דערמאָנט אין דער ייִדישער טראַדיציע. אין פֿאַרשיידענע ספֿרים ווערט טעאָרעטיש באַהאַנדלט אַזעלכע באַשעפֿענישן, ווי רוסאַלקעס (וואַסער־מיידלעך), צענטאַווערס און דער לעגענדאַרער גולם, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ ראָבאָט. הגם זיי זענען נישט קיין מענטשן, ווערן זיי פֿאָרט פֿאַררעכנט ווי שׂכלדיקע בריות. עס בלײַבט אָבער אַ שאלה, צי מע קאָן פֿאַרגלײַכן אַזעלכע לעגענדאַרע באַשעפֿענישן מיט אַ נישט־לעבעדיקער מאַשין?
די חז״ל דערציילן אין דער גמרא „סנהדרין‟, אַז רבֿא האָט אַמאָל געשיקט אַ גולם צו רבי זירא, וועלכער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער שליח איז נישט געווען אַ מענטש, און האָט אים צעשטערט. אַ צאָל פּוסקים חידושן זיך, פֿאַרוואָס רבי זירא האָט עס געטאָן, ווײַל אַ גולם וואָלט מען געקאָנט, מעגלעך, מצרף זײַן אין אַ מנין. מסתּמא, דערקלערן די דאָזיקע רבנים, איז יענער קאָנקרעטער גולם געווען צו פּרימיטיוו. פֿונדעסטוועגן, וואָלט מען געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, טעאָרעטיש, אַז אַ גענוג אַנטוויקלטער גולם קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ מענטש און אַפֿילו אַ ייִד.
אויב אַזוי, צי דאַרף מען אַזאַ ראָבאָט מל זײַן? און אויב יאָ, ווי אַזוי טוט מען דאָס? גאָלדפֿעדער האָט געענטפֿערט, אַז לויט זײַן מיינונג ווערט אַ ראָבאָט פֿאַררעכנט ווי „נולד מהול‟. ווען אַזאַ מאַשין ווערט קינסטלעך געשאַפֿן אויף אַ פֿאַבריק, ווערט זי באַטראַכט לכתּחילה ווי אַ „געמלטע‟.
לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז עמעצער קומט אַרײַן אין אַ שיל און דערקלערט, אַז ער איז אַ ראָבאָט, וואָס וויל דאַוונען מיט אַ מנין. צי מעג מען אים למעשׂה מצרף זײַן? גאָלדפֿעדער האָט דערקלערט, אַז אין אַזאַ פֿאַל מוז מען באַשטעטיקן, צי דער עלעקטראָנישער מתפּלל זעט אויס און פֿירט זיך אויף טאַקע ווי אַן עכטער מענטש. אויב יאָ, קאָן מען זאָגן, אַז אויף אַזאַ ראָבאָט זענען חל אַלע מיצוות „בין אָדם לחבֿרו‟ — מע מוז אים באַהאַנדלען מיט כּבֿוד און דרך־ארץ.
גאָלדפֿעדער האָט צוגעגעבן, אַז דער חילוק צווישן וויסנשאַפֿט און דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק ווערט אָפֿט צעשווענקט במשך פֿון דער צײַט. ער גלייבט נישט אָבער, אַז די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס מוזן שוין אָנהייבן טראַכטן וועגן די מעגלעכע עלעקטראָנישע קהילה־מיטגלידער. ווער ווייסט אָבער, וואָס קאָן געשען אין 30 אָדער 100 יאָר אַרום? ס׳איז כּדאַי זיך צוצוגרייטן צו דער צוקונפֿטיקע תּקופֿה, ווען אַזאַ שאלה קאָן ווערן אַקטועל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.