„די פּאַלעסטינער ייִדן שטייען אויף דער שוועל פֿון אַ געפֿערלעכן קריזיס‟. אַזוי הייבט זיך אָן אַ טעלעגראַם פֿון הערני מאָרגענטאַו, דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, צום ניו־יאָרקער ייִדישן פֿילאַנטראָפּ יעקבֿ שיף. די טעלעגראַם איז אָפּגעשיקט געוואָרן דעם 31סטן אויגוסט, 1914. די ייִדישע קהילה אין ארץ־ישׂראל האָט דעמאָלט אָנגעהויבן פֿילן די צרות, פֿאַרבונדן מיט דער ערשטער וועלט־מלחמה.
דער מחבר פֿון דער טעלעגראַם האָט געבעטן צו העלפֿן די ייִדן אינעם הייליקן לאַנד מיט געלט; ווי אַ רעזולטאַט פֿון מאָרגענטאַוס בקשה, האָט מען געשאַפֿן אַ ספּעציעלע אָרגאַניזאַציע, וועלכע איז שפּעטער באַקאַנט געוואָרן ווי JDC אָדער דער „דזשוינט‟.
דער דאָזיקער דאָקומענט איז אַ טייל פֿונעם גרויסן אוצר פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס, רעקאָרדירונגען, בריוו און פֿאַרשיידענע אַנדערע עקספּאָנאַטן, וואָס די ניו־יאָרקער היסטאָרישע געזעלשאַפֿט האָט אויסגעשטעלט לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿונעם „דזשוינט‟. די אויסשטעלונג, וועלכע האָט זיך געעפֿנט די וואָך און וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 21סטן סעפּטעמבער, ווײַזט די גרויסע ראָלע, וואָס די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט געשפּילט נישט בלויז אַרום דער וועלט, נאָר אויך אין ניו־יאָרק גופֿא.
למשל, דעם 20סטן מײַ, 1926, האָט דזשאָן ראָקעפֿעלער געלויבט און געשטיצט די ייִדישע הילף־אָרגאַניזאַציע אין אַ בריוו, באַגלייט מיט אַ טשעק אויף אַ סומע פֿון 100,000 דאָלאַר. דער מיליאָנער האָט צוגעגעבן, אַז די פּראָגראַם פֿונעם הילף־פֿאָנד, וואָס העלפֿט די אָרעמע ייִדן אין רוסלאַנד און פּוילן, איז זייער אַ געראָטענע, ווי ווײַט ער פֿאַרשטייט איר טעטיקייט.
אַלאַן גיל, דער הײַנטיקער פֿאַרוואַלטער פֿונעם „דזשוינט‟, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעדע בעת דער עפֿענונג פֿון דער נײַער אויסשטעלונג און געזאָגט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע היט אָפּ איר פּרינציפּ, אַז אַלע ייִדן זענען „ערבֿים זה בזה‟ — טראָגן דאָס אַחריות איינער פֿאַרן צווייטן — און שטיצט ווײַטער די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט.
די מיטאַרבעטער פֿונעם „דזשוינט‟ האָבן אָנגעהויבן זאַמלען די היסטאָרישע דאָקומענטן מיט דרײַ יאָר צוריק, און דער פֿירערשאַפֿט פֿון לינדאַ לוי, די דירעקטאָרין פֿון די גלאָבאַלע אַרכיוון פֿון דער אָרגאַניזאַציע. אינעם אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין קווינס, ליגן בערך 100,000 פֿאָטאָגראַפֿיעס. די פּאָליצעס מיט די דאָקומענטן ציִען זיך, בסך־הכּל, מער אויף ווי דרײַ מײַל. די שאַפֿער פֿון דער אויסשטעלונג האָבן אויסגעקליבן פֿונעם דאָזיקן אוצר בערך 100 עקספּאָנאַטן. נאָך עטלעכע אָביעקטן, פֿאַרבונדן מיטן „דזשוינט‟, זענען געקומען פֿון יחידים און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.
די קוראַטאָרין פֿון דער ניו־יאָרקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט, מערילין סאַטין קושנער, האָט דערקלערט, אַז הגם די אויסשטעלונג פֿאָקוסירט זיך אויף דער טעטיקייט פֿונעם „דזשוינט‟ אין אַנדערע לענדער, איז כּדאַי זי צו דערמאָנען, אַז די שרשים פֿון דער דאָזיקער וויכטיקער אָרגאַניזאַציע שטאַמען פֿון ניו־יאָרק, און פֿאַרנעמען אַ חשובֿ אָרט אין דער געשיכטע פֿון דער שטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.