אין פֿאַרשידענע סינאַגאָגעס איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן — פֿון רעפֿאָרם ביז חב״ד — האָבן די ייִדן די וואָך געזאָגט תּהילים אָדער רעציטירט ספּעציעלע תּפֿילות, אַז די דרײַ ישיבֿה־בחורים, וואָס זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויפֿן מערבֿ־ברעג מיט אַ וואָך צוריק, זאָלן זיך בשלום אומקערן אַהיים. מאָנטיק האָבן דעמאָנסטראַנטן דורכגעפֿירט אַ מאַניפֿעסטאַציע לעבן דעם ישׂראלדיקן קאָנסולאַט אין ניו־יאָרק.
די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע האָבן געגרינדעט אַ וועבזײַט אויסצודריקן סאָלידאַריטעט מיט די יונגע לײַט, און די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג האָט פּובליקירט אַ ספּעציעלע תּפֿילה פֿאַר די דרײַ בחורים, געשאַפֿן פֿון דער ראַבינערין תּמר אילד עפּלבאַום, די גײַסטיקע פֿירערין פֿון דער ירושלימער סינאַגאָגע „קהילת־ציון‟.
די דרײַ בחורים — גלעד שער און נפֿתּלי פֿרענקעל, ביידע 16 יאָר אַלט, און איל יפרח, 19 יאָר — האָט מען צום לעצטן מאָל געזען, בעתזיי האָבן געפּרוּווט כאַפּן אַ טרעמפּ אויף אַ קרייצוועג לעבן גוש־עציון, אַ גרויסער ייִדישער ייִשובֿ אויפֿן מערבֿ־ברעג, כּדי אַהיימצופֿאָרן אויף שבת. שער און פֿרענקל זענען תּלמידים פֿון „מקור חיים‟, אַ ישיבֿה אין כּפֿר־עציון, אָנגעפֿירט פֿון הרבֿ עדין שטיינזאַלץ, און יפֿרח לערנט זיך אין אַ ישיבֿה לעבן חבֿרון.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט באַשולדיקט „כאַמאַס‟ אינעם פֿאַרכאַפּן די בחורים, און באַטאָנט, אַז די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ טראָגט דאָס אַחריות דערפֿאַר.
בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן איז דער עיקר איצט צו שטיצן די משפּחות פֿון די בחורים. די „מאַנהאַטען־טאָגשול‟ אין ניו־יאָרק האָט אָרגאַניזירט אַ תּהילים־סעסיע, וואָס האָט צוגעצויגן הונדערטער מענטשן. חווי כּהן, אַ מיטגליד פֿון דער שול־פֿאַרוואַלטונג, וואָס האָט אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג, האָט געלויבט רחל פֿרענקעל, נפֿתּליס מאַמע, וועלכע האָט די וואָך געדינט ווי די אומאָפֿיציעלע וואָרטזאָגערין פֿון די דרײַ משפּחות אין דער אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ. כּהן האָט געזאָגט, אַז אַ ווידעאָ פֿון דער תּהילים־סעסיע וועט מען שיקן די דרײַ משפּחות. „האָפֿנטלעך, וועט עס זיי געבן אַ שטיקל טרייסט,‟ האָט זי באַמערקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.