גאָט איז אַן עדות, אַז װײניקער פֿון אַלץ האָט זיך מיר געװאָלט צו פּאָרען זיך אינעם שמוציקן װעש, באַזונדערס, װען דאָס װעש איז ניט מײַנס. אָבער, אָט, מיט אַ שטיקל צײַט צוריק האָב איך זיך צופֿעליק געטראָפֿן מיט דער באַקאַנטער ייִדישער קולטור־טוערין שורה טורקאָװ און יענע האָט מיך באַפֿאַלן מיט טענות: „פֿאַר װאָס שרײַבסטו ניט װעגן יענעם ‘מיאוסן שפּיל’? עס איז דאָך ניט דײַן פּריװאַטער עסק. די מענטשן דאַרפֿן װיסן, װאָס ס’טוט זיך אױף דער ייִדישער גאַס. ביסטו דאָך אַ שטיקל זשורנאַליסט צי װאָס?…‟
כ’װעל זאָגן דעם אמת, שורה טורקאָװס אױפֿרוף צו אַנטפּלעקן די פּרטים פֿון „יענעם מיאוסן שפּיל‟, האָט מיך ניט איבערצײַגט, און כ’בין געבליבן בײַ מײַן פֿעסטער מײנונג ניט צו שרײַבן װעגן שמוציקע זאַכן. אָט, האָב איך געטענהט צו זיך אַלײן, עס זיצן דאָך הונדערטער שׂונאי־ישׂראל און װאַרטן אױף עפּעס אַ נײַער „געפּרעגלטע ייִדישע מעשׂה‟. אָבער די צענדליקער בליצבריװ, טעלעפֿאָנישע געשפּרעכן און אַפֿילו געדרוקטע אַרטיקלען, אין װעלכע ס׳װערט דערמאָנט מײַן נאָמען אין שײַכות מיט „יענעם מיאוסן שפּיל‟, האָבן געביטן מײַן מײנונג און פֿאָדערן פֿון מיר צו מאַכן אַ סוף סײַ צו די „אַרומפֿליִענדיקע שמועסן‟ און סײַ צו די גראָבע שקרים.
איר װײסט דאָך, אַז אַ זשמענקעלע פֿאַקטן קען קאַליע מאַכן די סאַמע שענסטע רכילותן. און די הױפּט־סיבה פֿון דעם, וואָס כ’האָב געביטן מײַן מײנונג איז, אַז מײַן אָפֿיציעל אָרט אין דער ייִדישװעלט, דהײַנו, אַ באַשטעלטער קאָלומניסט פֿון דער צײַטונג „פֿאָרװערטס‟, צװינגט פֿון מיר צו באַציִען זיך צו די הילכיקע געזעלשאַפֿטלעך־פּאָליטישע ענינים, װי אױך צו יענעם מיאוסן אױפֿטו. און דער פֿאַקט איז, אַז מיט אַ חודש צוריק האָבן צװײ באַװאָפֿנטע װעכטער ניט אַרײַנגעלאָזט מיך אין „לײװיק־הױז‟ זיך צו באַטייליקן אין אַן עפֿנטלעכער אונטערנעמונג פֿונעם פֿאַראײן פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל.
עס איז שװער איבערצוגעבן מײַן שׂימחה, װען מיט דרײַסיק יאָר צוריק, אין מיטן אַ שײנעם טאָג האָט מיר אָנגעקלונגען יחיאל שרײַבמאַן, אונדז צו לאַנגע יאָרן, און מיך באַגריסט: „עס קומט דיר אַ מזל־טובֿ, דו ביסט אַן אמתער ייִדישער שרײַבער‟. דאָס איז געשען גלײַך נאָך מײַן ערשטער גרױסער פּובליקאַציע אין „סאָװעטיש הײמלאַנד‟, אָבער איך האָב זיך ניט געאײַלט אַרײַנצושטעלן אין מײַן שריפֿטלעכער ביאָגראַפֿיע דעם בכּבֿודיקן טיטל „שרײַבער‟, כאָטש די גאָר פּאָזיטיװע אָפּשאַצונגען זײַנען געקומען פֿון אָנגעזעענע ייִדישע שריפֿטשטעלער און ליטעראַטור־קריטיקער פֿון אַלע עקן װעלט; דעריבער איז ניט קײן חידוש, אַז גלײַך נאָכן עולה זײַן קײן ישׂראל בין איך געװאָרן אַ הײמישער מענטש אינעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראײן. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט מען מיך אױסגעװײלט פֿאַר אַ פֿאַראַנטװאָרטלעכן סעקרעטאַר פֿונעם פֿאַראײן (אַנשטאָט דעם קראַנקן דוד שטאָקפֿיש), און אױף דער זעלבער זיצונג האָט מען מיך באַפֿרײַט פֿונעם יערלעכן מיטגליד־אָפּצאָל, און טאַקע צוליב צװײ סיבות — ערשטנס, װי אַ דאַנק־אױסדרוק פֿאַר מײַן װאָלונטאַרישער באַטייליקונג אינעם פֿאַרשפּרײטן די אַנטאָלאָגיע פֿון „ייִדיש־ליטעראַטור אין מדינת־ישׂראל‟, און צװײטנס, צוליב מײַן כראָנישער אָרעמקײט. אױף װיפֿל מיר איז באַװוּסט, ביז הײַנט צו טאָג זײַנען יענע באַשלוסן ניט אַנולירט געװאָרן. כּדי צו קאָנטראָלירן דאָס, איז גענוג אַ קוק טאָן אין די פּאַסיקע פּראָטאָקאָלן פֿון יענער צײַט. אַזױ אַרום, שױן אַ גוט שטיקל צײַט צאָל איך ניט קײן מיטגליד־אָפּצאָל, אָבער לױט עמעצנס באַשלוס דװקא איצט בין איך פּלוצעם געװאָרן אױס־מיטגליד.
מילא, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, מסתּמא האָבן די מענטשן ניט קײן צײַט צו פּאָרען זיך אין די פּראָטאָקאָלן, און אױב די חשובֿע פֿאַרװאַלטונג פֿונעם שרײַבער־פֿאַראײן האַלט, אַז איך בין ניט קײן שרײַבער, װעל איך זיך מיט זײ ניט קריגן. יעדער מענטש האָט רעכט צו האָבן אַ מײנונג. די גאַנצע װעלט װײסט דאָך: האָסטו געלט — ביסטו אַ מאַכער, האָסטו נישט קיין געלט — ביסטו אַ ק־ער. און איך צאָל ניט, הײסט עס, אַז כ’בין ניט קײן שרײַבער, נאָר דאָס צװײטע… אָבער, אַז עמעצער װעט מיר זאָגן, אַז איך בין ניט קײן זשורנאַליסט, דאַן װעל איך שױן אַ טראַכט טאָן, אַז דאָס איז אַ ניט קײן געלונגענער שפּאַס, צי דער „גרױסער מבֿין‟ איז גוט פֿאַרטשאַדעט, װײַל מע דאַרף זײַן גאַנץ בלינד, ניט זען מײַנע כּסדרדיקע פּובליקאַציעס אין „פֿאָרװערטס‟.
איך בין פֿון יענע זשורנאַליסטן, װעלכע לײענען ניט נאָר זיך אַלײן, נאָר אױך די מאַטעריאַלן פֿון אַנדערע קאָלעגעס. איז גאָר ניט קײן חידוש, אַז מיך האָבן פֿאַראינטערעסירט די אַרטיקלען פֿון משה לעמסטער און שׂרה־רחל שעכטער װעגן די אומקלאָרע פֿאַר מיר געשעענישן אינעם שרײַבער־פֿאַראײן. האָב איך באַשלאָסן אָנצוקוקן „די כּלה‟ מיט מײַנע אײגענע אױגן, און װעגן מײַן באַשלוס האָבן געװוּסט אַלע מיטגלידער פֿון דער פֿאַרװאַלטונג, אָן אַן אױסנאַם. הקיצור, כ’בין געקומען צו דער אונטערנעמונג אין „לײװיק־הױז‟ מיט אַ האַלבער שעה פֿריִער, נאָר די באַװאָפֿנטע װעכטער האָבן מיך ניט אַרײַנגעלאָזט אינעװײניק. װאָס פּלוצעם? איר שטײט ניט אין דער רשימה! כ’האָב געבעטן בײַ אײנעם פֿון די װעכטער אַרױפֿצוגײן און מעלדן דעם פֿאָרזיצער, דניאל גלאי, אַז עס איז געקומען דער קאָרעספּאָנדענט פֿון „פֿאָרװערטס‟ און בעט מע זאָל אים אַרײַנלאָזן. דער װעכטער איז אַרױף און געקומען מיט אַן ענטפֿער, אַז מע האָט אים באַפֿױלן מיך ניט אַרײַנלאָזן.
כ’בין אָפּגעשטאַנען בײַ דער אַרײַנגאַנג־טיר אַ האַלבע שעה. דערװײַל זײַנען אָנגעקומען דרײַ פֿון די פֿינף פֿאַרװאַלטונגס־מיטגלידער. אױך זײ האָבן פּראָבירט מיך מיטצונעמען, אָבער עס האָט געהאָלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס — מיט אַ פּיסטויל שפּילט מען זיך ניט! מילא, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז כ׳בין דער אײנציקער, װעמען מ׳האָט ניט אַרײַנגעלאָזט אין „לײװיק־הױז‟, ס’הײסט, ניט אַרײַנגעלאָזט מיט אַ כּװנה.
איצט פֿרעג איך בײַ די מיטגלידער פֿונעם „פֿאַראײן פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟ (אױב זײ לײענען דעם „פֿאָרװערטס‟), אין שפּיץ מיט זײַן פֿאָרזיצער, צי האָבן זײ אַ מאָל געהערט, אַז עס עקזיסטירט אױף דער װעלט אַזאַ זאַך װי די „גענעװער קאָנװענץ‟, װעלכע צװישן אַ סך אַנדערע זאַכן רעגולירט אױך די באַציִונגען „זשורנאַליסט — מדינה‟?… אױב ניט, דאַן װיל איך דערמאָנען די מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראײן, אַז צו פֿאַרװערן אַ װעלכן ניט איז אָפֿיציעלן זשורנאַליסט אױסצופֿילן זײַנע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿליכטן װערט פֿאַררעכנט װי אַ קרימינעלער אױפֿטו.
דער שרײַבערין שירע גאָרשמאַן האָט ליב געהאַט צו דערצײלן אַ מעשׂהלע פֿון איר װײַטער יוגנט, װען זי איז געװען אַ מעלקערין אין אַ ייִדישן קאָלװירט אין קרים. צװישן די קי, װעלכע זי האָט מטפּל געװען, איז געװען אַ בהמה מיט אַ צונאָמען „די רױטע‟, און זי פֿלעגט געבן זײער אַ סך מילך, ממש פֿולע עמער. נאָר װאָס?… די רױטע קו האָט געהאַט אַ מיאוסע טבֿע — נאָך דעם, װי שירע האָט זי אױסגעמאָלקן, פֿלעגט די בהמה אַ זעץ טאָן מיט דער קאָפּעטע אין עמער און אים איבערקערן. די צרה איז געװען, אַז מע האָט קײן מאָל ניט געװוּסט, װען די װילדע קו װעט זיך צעבריקעװען, נאָר דער רעזולטאַט איז שטענדיק געװען דער זעלבער. די צרה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט דערצײלט שירע, װען זי איז אײן מאָל אין כּעס געװאָרן אױף דער װילדער קו און אויסגעשריִען: „סטײַטש, דו, אַ תּמעװאַטע בהמה!‟ און די קו האָט אױפֿגעהערט זיך צו בריקעװען. „נאָר װאָס, — האָט פֿאַרסך־הכּלט שירע, — פֿון דעמאָלט אָן בעתן מעלקן די רױטע קו, האָב איך געמוזט איבערחזרן אָן אַן איבעררײַס: אָ, מײַן תּמעװאַטע בהמה, מײַן תּמעװאַטע בהמה…‟ — באמת, משנה נאָמען, משנה װילדע טבֿעס.
אפֿשר איז משה לעמסטער טאַקע גערעכט געװען, װען ער האָט פֿאָרגעלײגט צו בײַטן דעם נאָמען פֿון „לײװיק־הױז‟ אױף מאַלײַס שרײַבער־פֿאַראײן?… יעדנפֿאַלס, כּל־זמן עס שטייען דאָרט אויף דער וואַך וועכטער מיט פּיסטוילן, אָנצושרעקן אַ ייִדישן שרײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.