יעדן מיטוואָך, נאָך די קלאַסן אין דער „ישיבֿה פֿון פֿלאַטבוש‟, האָט שׂרה כּהן זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ צימער לעבן דעם בית־מדרש פֿון דער שול, און זיך אַוועקגעזעצט מיט 15 אַנדערע תּלמידים און 8 לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע זענען מיט יאָרן צוריק געקומען קיין אַמעריקע פֿון פּוילן, אונגערן, אוקראַיִנע און עסטרײַך.
די טרעפֿונגען זענען אַ טייל פֿון Witness Theater [עדות־טעאַטער] — אַ פּראָיעקט, וואָס דערמעגלעכט די על־פּי־נס געראַטעוועטע איבערצוגעבן זייערע פּערזענלעכע איבערלעבונגען בעת דעם חורבן צום ייִנגערן דור, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז מע וועט אינעם חורבן נישט פֿאַרגעסן. די פּראָגראַם האָט זיך געצויגן פֿיר חדשים לאַנג.
דער „עדות־טעאַטער‟ איז געגרינדעט געוואָרן פֿון אַ ישׂראלדיקן אַקטיאָר און פּראָפֿעסאָר אין חיפֿהר אוניווערסיטעט, עזרא דגן, מיט זײַן פֿרוי, אירית, אַן אַקטריסע און דראַמע־לערערין. די פּראָגראַם קומט שוין פֿאָר אין צענדליקער ערטער איבער ישׂראל, און אויך אין פֿלאָרידע, קעלן (דײַטשלאַנד) און איצט — אין ניו־יאָרק.
עדינה האָראָוויץ, די אַדמיניסטראַטיווע דירעקטאָרין פֿון SelfHelp Community Services, אַן אַגענטור וואָס באַזאָרגט די ניו־יאָרקער שארית־הפּליטה מיט פֿאַרשידענע באַדינונגען, איז זייער צופֿרידן, וואָס מע האָט דעם פּראָיעקט געבראַכט קיין ניו־יאָרק, וווּ עס וווינט מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער שארית־הפּליטה אין לאַנד. „לויט מײַן מיינונג איז דאָס דער עפֿעקטיווסטער מיטל צו לערנען מענטשן וועגן דעם חורבן,‟ האָט האָראָוויץ געזאָגט. אַ דאַנק אירע באַמיִונגען, האָט דער „ישיבֿה פֿון פֿלעטבוש‟ מסכּים געווען אײַנצואָרדענען דעם פּראָיעקט אין איר שול־בנין.
די אָנפֿירערין פֿונעם פֿלעטבוש־צווײַג פֿונעם פּראָיעקט איז סאַלי שאַצקעס, אַ דראַמע־טעראַפּעווט אין די 30ער. זי האָט דערציילט דעם Forward, אַז במשך פֿון די ערשטע צוויי חדשים, וואָס די צוויי דורות האָבן זיך געטראָפֿן, האָט די גרופּע ווייניק גערעדט וועגן דעם חורבן. מע האָט געשפּילט שאַראַטן און אויסגעטראַכט מעשׂהלעך צוזאַמען, כּדי צוצוגרייטן די תּלמידים און די לעבן־געבליבענע צו דער צווייטע סטאַדיע: ווען די עלטערע הייבן אָן דערציילן וועגן זייערע איבערלעבונגען במשך פֿונעם חורבן.
אַ טייל פֿון די עלטערע לײַט האָבן איבערגעגעבן רירנדיקע פּרטים: דער מאָמענט, וואָס מע האָט זיי אָפּגעטיילט פֿון דער מאַמען אָדער דעם טאַטן; דאָס אַרײַנשמוגלען געווער אין געטאָ; דאָס קאַרטאָפֿל־שאָלעכץ, וואָס האָט אַ ביסל אײַנגעשטילט זייער הונגער; דאָס ערשטע מאָל, וואָס זיי האָבן געזען רויך פֿון אַ קרעמאַטאָריע.
טאָבי לוי, אַ קליינע פֿרוי פֿון 80 יאָר, איז געווען 7 יאָר אַלט, ווען די נאַציס האָבן אַרײַנמאַרשירט אין כאָדאָראָוו, פּוילן (הײַנט איז עס אוקראַיִנע). נישט לאַנג נאָך דעם האָט זי מיט איר משפּחה געפֿונען אַ באַהעלטעניש אינעם שײַער פֿון אַן אוקראַיִנישער פֿרוי. „מיר האָבן אַוועקגערוקט די לויזע קאַכלען פֿון דער וואַנט און זיך אַרײַנגעשמוגלט אויף דער צווייטער זײַט פֿון דער וואַנט,‟ האָט לוי דערציילט. „יעדע נאַכט במשך פֿון צוויי יאָר זענען מיר אַלע געשלאָפֿן אויף אַ בערגל היי — פֿיר פֿון איין זײַט, און פֿינעף פֿון דער צווייטער.‟
שאַצקעס האָט געבעטן נײַן פֿון די תּלמידים זיך שטעלן אין מיטן פֿונעם קרײַז און דעמאָנסטרירן ווי אַזוי יענע משפּחה איז געשלאָפֿן. די יונגע לײַט האָבן זיך אַוועקגעלייגט אויפֿן טעפּעך, ווי פֿרוי לוי האָט דערציילט — פֿיר פֿון איין זײַט, פֿינף פֿון דער צווייטער. די נײַן פּאָר פֿיס האָבן זיי „אַרײַנגעקוועטשט‟ אין מיטן.
„האָט איר זיך אַ מאָל געמאַכט אַ באָד?‟ האָט איינע געפֿרעגט.
„מאַכסט אַ שפּאַס?‟ האָט פֿרוי לוי געפֿרעגט.
אַ צווייטער האָט געפֿרעגט, ווי אַזוי מ׳איז געגאַנגען אין טואַלעט. „מיר האָבן געהאַט צוויי עמערס,‟ האָט זי געענטפֿערט.
נאָך דעם ווי מע האָט אויסגעהערט די געשיכטעס, האָט שאַצקעס אָנגעשריבן אַ סצענאַר, וואָס וועבט צונויף די געשעענישן פֿון יעדן לעבן־געבליבענעם. זי האָט אויסגעטיילט די ראָלעס פֿאַר די תּלמידים. כּהנס פֿליכט איז געווען צו שפּילן טאָבי לוי.
ערבֿ יום־השואה האָט מען אַרויפֿגעבראַכט די תּלמידים אויף דער בינע, און דער עולם האָט זיך צוגעקוקט ווי די יונגע לײַט שפּילן אויס די אָנגעווייטיקטע געשיכטעס פֿון די עלטערע. הגם דער הויפּטציל פֿונעם פּראָיעקט איז געווען צו פֿאַרהיטן, אַז די מעשׂיות זאָלן נישט פֿאַרגעסן ווערן, האָט עס אויך געדינט ווי אַ מין טעראַפּיע פֿאַר די עלטערע לײַט, און אַ ביסל גרינגער געמאַכט זייער עלנטקייט. איינע פֿון די לעבן־געבליבענע, וואָס איז לכתּחילה געווען נעגאַטיוו־געשטימט צום פּראָיעקט, האָט בײַם סוף עפֿנטלעך אַרויסגעוויזן ליבשאַפֿט און מיטגעפֿיל פֿאַר די אַנדערע מיטגלידער אין דער גרופּע.
אין האַרבסט וועט שׂרה כּהן אָנהייבן אַ נײַעם קאַפּיטל אין איר לעבן: ווי אַ סטודענטקע אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. אירע פֿינף חדשים אינעם „עדות־טעאַטער‟ וועט זי אָבער געדענקען אויף לאַנגע יאָרן.
„סוף־כּל־סוף, דאַרף איך זיך נישט זאָרגן, אַז מע וועט פֿאַרגעסן אַזאַ וויכטיקן טייל פֿון דער ייִדישער געשיכטע,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.