די ראַבינערקע רחל טשעמען האָט זיך באַטייליקט אין דער דעלעגאַציע, װאָס איז געפֿאָרן קיין רוים און ישׂראל, און זי האָט זיך געטיילט מיט אירע אײַנדרוקן און איבערלעבונגען אויף אַ חבֿרישן צוזאַמענקום אין דער ציוניסטישער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע דעם 18טן יוני. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען אויך פּרעזענטירט איר בוך „דיאַלאָג פֿאַרן לעבן‟, אַ בוך װעגן ייִדיש־קריסטלעכן דיאַלאָג, װאָס זי האָט אָנגעשריבן מיט פֿראַנציסקאָ קאַנסאַני.
דעם 16טן יוני 1933 איז בײַ די ברעגן פֿון תּל־אָבֿיבֿ דערמאָרדעט געװאָרן חיים אַרלאָזאָראָװ. דער ייִדישער אוניװערסיטאַרער צענטער האָט דערמאָנט דעם עפּיזאָד מיט אַ לעקציע, װאָס האָט אַרײַנגענומען אינטערעסאַנטע היסטאָרישע פֿאַקטן. די דרײַ טעזעסן, װאָס זײַנען אַרומגערעדט געװאָרן, זײַנען געװען: 1) רעװיזיאָניסטן האָבן דורכגעפֿירט דעם מאָרד פֿון דעם לייבאָריסטן־פֿירער; 2) אַראַבער און על־כּולם 3) נאַציס, װײַל אַרלאָזאָראָװ איז געװען גוט באַפֿרײַנדעט (פֿון זײַנע סטודענט־יאָרן אינעם בערלינער אוניװערסיטעט) מיט מאַגדאַ געבעלס, און ער איז געשטאַנען מיטן נאַצישן פֿירער אין פֿאַרהאַנדלונגען. ביז הײַנט איז ניט פֿעסטגעשטעלט, װער ס׳האָט דורכגעפֿירט דעם מאָרד, װאָס האָט גורם געװען אַ סך פּאָליטישע קאָנפֿליקטן נאָך פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער מדינה.
ד״ר מאַרקאָס אַגיניס איז אַ באַרימטער אַרגענטינער פּסיכיאַטער, װאָס איז געװען קולטור־סעקרעטאַר אין די 1980ער יאָרן אין אַרגענטינע — אַ װיכטיקער שרײַבער, װאָס האָט פּובליקירט אַ סך עסייען און ראָמאַנען אויף היסטאָרישע טעמעס. זײַן ערשטע אַרבעט װעגן רמב״ם האָט דער אַרגענטינער ייִװאָ אַרויסגעגעבן מיט 50 יאָר צוריק, װען ער איז נאָך געװען אַ סטודענט פֿונעם מעדיצינישן פֿאַקולטעט. ד״ר אַגיניס האָט געהאַלטן אַ לעקציע דעם 18טן יוני װעגן „די פּויפּסטן און די ייִדן‟ אין סידיקסעף, דער ספֿרדישער צענטער. רדיפֿות, אַנטיסעמיטיזם, גירושים און קאָנטראָװערסיעס ביז דער צװייטער װעלט־מלחמה, און װאַטיקאַנס שטעלונג אין אונדזערע צײַטן בײַ די לעצטע 5 פּויפּסטן זײַנען געװען די טעמעס פֿון זײַן באַלערנדיקער לעקציע.
אויף דער קאַטעדרע פֿון ייִדישע לימודים אין דעם קאַטוילישן אוניװערסיטעט פֿון מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, האָט דער הויפּט־רבֿ פֿון דער קהילה, אינזש’ בן־ציון שפּיץ, געהאַלטן דינסטיק, דעם 17טן אַ לעקציע װעגן „איובֿ, אַ גרויסע מיסטעריע אין דער ביבל‟.
דער בוענאָס־אײַרעסער חורבן־מוזיי און די פֿעדעראַלע פּאָליציי האָבן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך. דער מוזיי װעט אָרגאַניזירן ספּעציעלע קורסן און סעמינאַרן װעגן חורבן, דיסקרימינאַציע און ייִדישער געשיכטע אין די פּאָליציי־שולן.
שאַרפֿע רעאַקציעס, און נישט נאָר פֿון ייִדישע פֿאַקטאָרן, האָבן אַרויסגערופֿן די דערלויבעניש צו אַמטירן װי אַ לעגאַלע פּאָליטישע פּאַרטיי צו „די פֿאָן פֿון די שכנים‟. איר פֿירער איז דער באַקאַנטער נעאָ־נאַצי אַלכאַנדראָ ביאָנדיני, װאָס לייקנט כּסדר דעם חורבן און פֿאַר װעלכן היטלער און דער נאַציזם דאַרפֿן זײַן אַ מוסטער פֿאַר אַרגענטינע.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער העכסטער געריכט פֿאַרװערט דער נאַצישער פּאַרטיי צו אַמטירן, און איצט האָט אַ ריכטער אויטאָריזירט די נײַע פּאַרטיי זיך צוצושטעלן צו די שטאָט־װאַלן. ד״ר כוליאָ שלאָסער, פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט דערקלערט, אַז דאָס איז „די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט‟; און ביאָנדיני האָט פֿאַרמאַסקירט די נאַצישע פּאַרטיי מיט אַן אַנדער נאָמען, װאָס װעט קעמפֿן פֿאַר די רעכט פֿון די שכנים פֿון דער שטאָט, אָבער אין דער אמתן איז דאָס אַ נעאָנאַצישע אַנטי־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, װאָס פּריידיקט טעראָר און אַנטיסעמיטיזם. ער האָט גלײַך צוגעשטעלט אַן אָנקלאַגע אין העכסטן געריכט.
דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿוסבאָל־פֿאַרמעסט האָט זיך שוין אָנגעהויבן אין בראַזיל. הונדערטער טויזנטער אָנהענגער פֿון דער גאַנצער װעלט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט צו געניסן, אָדער צו לײַדן פֿון די מאַטשן. דעם קומענדיקן שבת קומט אויס, אַז אַרגענטינע זאָל שפּילן מיט איראַן. מיט דער שטיצע פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס און דער קהילה אין בראַזיל האָט מען געבעטן, איידער דער מאַטש הייבט זיך אָן, זאָל מען אַ מינוט שטילשװײַגן צו באַערן די 85 קרבנות פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. דערװײַל האָט די אינטערנאַציאָנאַלע פֿוסבאָל־פֿעדעראַציע זיך נישט אַרויסגעזאָגט װעגן דעם ענין.
דעם 9טן, 11טן און 12טן יוני האָבן 1,200 קינדער פֿון די ייִדישע קינדער־גערטנער בײַגעװען אויף דעם ספּעקטאַקל „געחלומטע קלאַנגען‟ מיט ייִדישע לידער, באַגלייט פֿון נישט־פֿאָרמעלע אינסטרומענטן, הומאָר און טענץ, װאָס די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אָרגאַניזירט אין די ראַמען פֿון די פֿײַערונגען פֿון די 120 יאָר פֿון איר גרינדונג. פֿאַרן ספּעקטאַקל האָבן זיי באַזוכט דעם בנין און געהערט ספּעציעלע צוגעגרייטע לעקציעס. ענלעכע באַזוכן װעלן אײַנגעאָרדנט װערן פֿאַר אַלע תּלמידים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.