אינעם אַרײַנפֿיר צו דער נײַער אויסשטעלונג Designing Home: Jews and Midcentury Modernism, אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, שרײַבט דער קוראַטאָר, דאָנאַלד אָלברעכט, אַז די ייִדישע דיזײַנערס האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם מאָדערניסטישן אויסזען פֿון די בנינים, געבויט אינעם מיט-20סטן יאָרהונדערט.
„די אַרענע פֿונעם מאָדערנעם דיזײַן האָט געשאַפֿן אַ סך געלעגנהייטן פֿאַר די ייִדן, ווײַל בײַ די מאָדערנע דיזײַנער און זייערע פּאַטראָנען (ייִדישע און נישט־ייִדישע) נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט רעליגיע בכלל נישט געשפּילט קיין ראָלע,‟ האָט אָלברעכט באַמערקט.
די טעאָריע, אַז די ייִדן האָבן וואַרעם אויפֿגענומען די פּשוטע, גלאַטע ליניעס פֿון מאָדערניזם, און האָבן אַקטיוו געשטיצט אַ מאָדערניסטישע עסטעטיק אינעם בויען הײַזער און אָפֿיס־בנינים, איז נישט קיין נײַע. מער ווי צען יאָר צוריק האָט אַן אויסשטעלונג אינעם „ייִדישן מוזיי אין ניו־יאָרק‟ — „דער בערלינער מעטראָפּאָל: די ייִדן און די נײַע קולטור, 1890־1918‟, פּרטימדיק אָנגעוויזן די נאָענטשאַפֿט צווישן די אייראָפּעיִשע ייִדן און דעם מאָדערניזם.
אין דער איצטיקער אויסשטעלונג, וואָס קומט פֿאָר אינעם Contemporary Jewish Museum אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, פּרוּווט דער קוראַטאָר אַרויסווײַזן די זעלבע נאָענטשאַפֿט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן און מאָדערניזם. מיר ווייסן פֿון געוויסע ייִדן, וועלכע האָבן משפּיע געווען אויף דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון מאָדערניזם אין דער אַמעריקאַנער אַרכיטעקטור ווי, למשל, יוסף אײַכלער, אַ בוי־אונטערנעמער אין קאַליפֿאָרניע, וואָס האָט אין די 1950ער און 1960ער יאָרן געפּריידיקט, מע זאָל בויען די נײַע וווינונגען און אָפֿיס־געבײַדעס לויט דער מאָדערנער אַרכיטעקטור. די אויסשטעלונג דערמאָנט איבער דרײַסיק השפּעהדיקע אַמעריקאַנער ייִדישע דיזײַנער אין דעם געביט: איליין לוסטיק כּהן, דזשאָרדזש נעלסאָן און פּאָל ראַנד (פֿון דער היים, פּרץ ראָזענבוים).
ווען די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין די פֿאָרשטעט, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן זיי טאַקע געבויט ס׳רובֿ פֿון די סינאַגאָגעס אויפֿן מאָדערניסטישן שטייגער. אין די שילן אין על־פּאַסאָ, טעקסאַס און עלקינס־פּאַרק, פּענסילווייניע, למשל, האָבן די בוי־קאָמיטעטן געדאַרפֿט סײַ זאַמלען די פֿאָנדן, סײַ באַשליסן דעם אויסזען פֿונעם בנין. אין כּמעט אַלע פֿאַלן האָבן זיי אויסגעקליבן די „נאַקעטע‟ ליניעס פֿון מאָדערניזם, אַנשטאָט די פֿריִערדיקע פֿיל־פֿאַרביקע מורישע אָדער ביזאַנטינישע סטילן. די נײַע בנינים האָבן אַרײַנגעלאָזט דעם נאַטירלעכן זונענשײַן, אַנשטאָט צו פֿאַרטעמפּן די ליכט דורך וויטראַזשן (stained glass).
דער קינסטלער פֿראַנץ לאַנגסבערגער האָט דעמאָלט דערקלערט: „דער נײַער מאָדערנער סטיל איז גוט צוגעפּאַסט פֿאַר אונדז, ייִדן… ווי מיר, שטרעבט דער מאָדערניזם צו געפֿינען דײַטלעכקייט און אמתדיקייט.‟
אין 1954 איז דאָס בוך An American Synagogue for Today and Tomorrow (אַן אַמעריקאַנער סינאַגאָגע אויף הײַנט און אויף מאָרגן) געוואָרן אַ „בעסטסעלער‟ בײַ די אַמעריקאַנער רבנים און ראַבינער, און זייערע כּלל־טוער. באַצייכנט ווי „אַ וועגווײַזער פֿאַר די צעטומלטע שיל־פֿאַרוואַלטונגען אין די פֿאָרשטעט פֿון אַמעריקע‟, האָט דאָס בוך געגעבן פּראַקטישע עצות וועגן דעם דיזײַן פֿונעם בנין: בייגעוודיקע זיץ־ערטער, אַ געראָטענע לופֿט־קילונג, ליכט־אַפּאַראַטן און קלאַנג־סיסטעמען.
ווען מיר לייענען הײַנט וועגן דעם חשק בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן אַרײַנצונעמען מאָדערניסטישע שטריכן אין אירע שיל־בנינים, שטעלן זיך פֿאַרשידענע פֿראַגעס: איז עס געווען אַזוי — ווי די אויסשטעלונג לייגט פֿאָר — ווײַל אַזוי פֿיל פֿון די הויפּט־פֿיגורן אין דיזײַן זענען דעמאָלט געווען ייִדן? אָדער ס׳איז אַזוי, ווײַל די ייִדן האָבן, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, דערזען אינעם מאָדערניזם אַן אָפּטימיזם אין דער צוקונפֿט? אפֿשר אַ ביסל פֿון ביידע. איין אָבסערוואַטאָר, וואָס ווערט ציטירט אויף דער אויסשטעלונג, שרײַבט אַזוי: „אַ סינאַגאָגע, געבויט לויט די פּרינציפּן פֿון מאָדערניזם, איז געווען אַ וויזועלער באַווײַז, אַז מיר, ייִדן, זענען געוואָרן פֿולשטענדיקע מיטגלידער פֿון דער וויכטיקער תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.