דער Forward־קאָרעספּאָנדענט נתן דזשעפֿיי האָט מיר איבערגעשיקט אַ בריוו, וואָס ער האָט באַקומען אין שײַכות מיט זײַן אַרטיקל וועגן דעם נצחון פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער „מכּבי‟־מאַנשאַפֿט אין דער קוישבאָל־מײַסטערשאַפֿט אין אייראָפּע 2014. אינעם בריוו שטייט אַזוי:
„אין אײַער אַרטיקל זענט איר זיך טועה, ווען איר זאָגט, אַז דאָס העברעיִשע וואָרט ׳קושים׳, וואָס די ישׂראלים רופֿן די שוואַרצע שפּילער אין דער „מכּביה‟, איז אַ באַליידיקנדיקער ראַסיסטישער טערמין. דאָס איז נישט ריכטיק. דאָס וואָרט ׳קושים׳ געפֿינט מען 20 מאָל אינעם תּנך, און מיינט ׳עטיאָפּיער׳. דער טערמין איז בכלל נישט קיין באַליידיקונג, ווײַל ער באַשרײַבט די נאַציאָנאַליטעט פֿון די שוואַרצע, און נישט זייער הויט־קאָליר.
„אַוודאי, איז וויכטיק צי דער מענטש, וואָס ניצט דאָס וואָרט רעדט עס אַרויס מיט דרך־ארץ אָדער מיט ביטול, אָבער דאָס איז ריכטיק מיט אַלע ווערטער. פּונקט הײַנט אויף ׳פֿייסבוק׳ האָט אַ ישׂראלדיקער חבֿר מײַנער, אַ האָמאָסעקסואַל, לינק־געשטימט און בכלל נישט ראַסיסטיש, געניצט דאָס וואָרט ׳קושים׳ בײַם רעדן וועגן די אַמעריקאַנער שוואַרצע, אָן קיין שום באַליידיקנדיקן טאָן. מיר דאַכט זיך, אַז איר דאַרפֿט צוריקציִען אײַער באַמערקונג פֿאַר אײַערע לייענער.‟
דזשעפֿיי האָט מיך געפֿרעגט מײַן מיינונג וועגן דעם. איך האַלט, אַז ער דאַרף נישט צוריקציִען זײַן באַמערקונג. דאָס העברעיִשע וואָרט „קושי‟ (אין איינצאָל) און „קושים‟ (אין מערצאָל) ווערט אָפֿט יאָ באַניצט ווי אַ באַליידיקונג בײַ די הײַנטיקע ישׂראלים, אַפֿילו ווען זיי זאָגן עס נישט מיט קיין גרימאַס אויפֿן פּנים. אָבער דער מחבר פֿונעם בריוו איז אויך גערעכט. אינעם תּנך, איז „קוש‟ טאַקע דער נאָמען פֿון עטיאָפּיע — דער איינציקער טייל פֿון אַפֿריקע מיט טונקל־הויטיקע אײַנוווינער, וואָס די מחברים פֿונעם תּנך האָבן געקענט. הגם „קושי‟ מיינט הײַנט מער נישט קיין עטיאָפּיער, קען מען עס ניצן פֿאַר די שוואַרצע אַפֿריקאַנער אָדער זייערע אָפּשטאַמלער, און ס׳איז נישט קיין באַליידיקונג.
דער עיקר איז ווי אַזוי מע רעדט אַרויס דאָס וואָרט. אויב מע באַטאָנט דעם ערשטן טראַף — KU-shi אָדער KU-shim, איז עס זיכער אַ באַליידיקונג. אָבער ווען מע רעדט עס אַרויס מיט דער ספֿררישער הבֿרה, באַטאָנענדיק דעם צווייטן טראַף — ku-SHI און ku-SHIM, איז עס נישט קיין באַליידיקונג.
ס׳רובֿ העברעיִשע ווערטער און נעמען פֿאָלגן דעם ספֿרדישן אַרויסרייד און באַטאָנען דעם לעצטן טראַף אין אַ וואָרט. די ייִדיש־רעדער פֿון מיזרח־אייראָפּע באַטאָנען אָבער דעם ערשטן טראַף פֿון די לשון־קודש־אָפּשטאַמיקע ווערטער. כאָטש אין ישׂראל רעדן אַלע מיטן ספֿרדישן אַרויסרייד, קען מען הײַנט הערן געוויסע ווערטער אַרויסגערעדט אויפֿן אַשכּנזישן שטייגער, בפֿרט בײַ די נישט־געבילדעטע, און אין געוויסע סלענג־טערמינען.
ווען די ישׂראלים רופֿן אַ שוואַרצן אַ KU-shi, קלינגט עס ווי אַ מין סלענג, נישט־געבילדעט, אויסלענדיש, און רופֿט במילא אַרויס אַסאָציאַציעס ווי דאָס N־וואָרט אויף ענגליש — הגם מע דאַרף צוגעבן, אַז דאָס וואָרט KU-shi האָט נישט דעם זעלבן פֿײַנטלעכן טעם ווי דאָס N-וואָרט, און איז מער פֿאַרבונדן מיט אַ געפֿיל פֿון האַלטן זיך גרויס, איידער אַ געפֿיל פֿון שׂינאה.
ווען אַ ישׂראלי זאָגט ku-SHI, איז עס קלאָר, אַז ער באַמיט זיך צו קלינגען העפֿלעך און לײַטיש. אָבער הײַנט איז אַפֿילו דאָס וואָרט ku-SHI געוואָרן „פּאָליטיש נישט־קאָרעקט‟ אויף העברעיִש. בקיצור, דזשעפֿיי איז געווען אַ סך מער גערעכט ווי נישט־גערעכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.