וויפֿל ישׂראלים וווינען אין אַמעריקע?

How Many Israelis Live in America?

Haaretz

פֿון „האָרץ‟

Published June 22, 2014, issue of July 18, 2014.

ס׳איז נישט גרינג אויסצוגעפֿינען די צאָל ישׂראלים, וועלכע וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַפֿילו אויב די ישׂראלדיקע רעגירונג און די סוכנות וואָלטן געוווּסט דעם ענטפֿער, וואָלטן זיי עס נישט געוואָלט פּובליקירן, אָבער ווי עס איז, ווייסן זיי מסתּמא אויך נישט.

נאָכן איבערקוקן די אָפּשאַצונגען פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג און דער סוכנות, איז סגי באַלאַשאַ, דער דירעקטאָר פֿונעם „ישׂראל־אַמעריקאַנער ראַט‟, געקומען צום אויספֿיר, אַז עס וווינען הײַנט צווישן 500,000 און 800,000 ישׂראלים אין אַמעריקע. דער „ישׂראל־אַמעריקאַנער ראַט‟ איז אַן אָרגאַניזאַציע אין לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס רעפּרעזענטירט ישׂראלים און זייערע אינטערעסן.

„יעדע אָרגאַניזאַציע האָט אַן אַנדער ציפֿער,‟ האָט באַלאַשאַ באַמערקט. „געוויסע רעכענען אַרײַן די אַמעריקאַנער־געבוירענע קינדער פֿון די ישׂראלים, און אַנדערע — נישט.‟

אורן הײַמאַן, פֿאָרזיצער פֿון „מועצה מקומית‟ — אַ דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿונעם ישׂראלדיקן ייִשובֿ אין ניו־יאָרק — זאָגט, אַז אַ הויך־ראַנגיקער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט האָט אים איבערגעגעבן אַ מער ספּעציפֿישן ציפֿער: הײַנט וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע בערך 650,000 ישׂראלים.

אָבער דוד מלאך, דירעקטאָר פֿון דער „קאָמיסיע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟ — דער אָפּטייל פֿון די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דעם ישׂראלדיקן ציבור און ישׂראלדיקע פּראָיעקטן אין דער ניו־יאָרקער געגנט — האָט געזאָגט, אַז לויט זײַנע אייגענע פֿאָרשונגען, זעט אויס, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וווינען נישט מער ווי 200,000 ישׂראלים.

„לויט דער אינפֿאָרמאַציע פֿונעם ישׂרלאדיקן אינלאַנד־מיניסטעריום, האָבן 750,000 מענטשן פֿאַרלאָזט ישׂראל זינט די מדינה איז געגרינדעט געוואָרן אין 1948,‟ האָט מלאך געזאָגט. „אַ סך זענען געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער אַנדערע זענען אויך אַוועק אין אַנדערע טיילן פֿון דער וועלט — ווי, למשל, די ייִדן, וועלכע האָבן עולה געווען פֿון רוסלאַנד אָבער דערנאָך האָבן זיי זיך אומגעקערט; אָדער ישׂראלים, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד. אַחוץ דעם זענען במשך פֿון די יאָרן געשטאָרבן אַ טייל פֿון זיי. דערפֿאַר איז אוממעגלעך, אַז עס זאָלן זײַן אַזוי פֿיל ישׂראלים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.‟

די צוויי שטאַטן מיט דער גרעסטער צאָל ישׂראלים זענען ניו־יאָרק און קאַליפֿאָרניע, אָבער עס וווינען אויך אַ סך אין מיאַמי, באָסטאָן און שיקאַגע. אַרום 150,000 ישׂראלים געפֿינען זיך אין דער ניו־יאָרקער געגנט; 120,000 — אין לאָס־אַנדזשעלעס, און 80,000 אין מיאַמי.

דער ישׂראלדיקער קאָנסולאַט אין ניו־יאָרק שאַצט, אַז 180,000־200,000 ישׂראלים וווינען אין ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי און קאָנעטיקאָט, און דאָס נעמט אַרײַן אויך זייערע קינדער, וואָס האָבן קיין מאָל אַפֿילו נישט געוווינט אין ישׂראל. דאָס איז די גרעסטע ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג אין דער וועלט, מחוץ ישׂראל.

באַלאַשאַ טענהט אָבער, אַז מער ישׂראלים וווינען הײַנט אין דער געגנט פֿון לאָס־אַנדזשעלעס ווי אין ניו־יאָרק: אַרום 250,000.

מענטשן, וואָס קענען גוט די ישׂראלדיקע מענטאַליטעט זאָגן, אַז ס׳איז שווער צו וויסן די פּינקטלעכע צאָל, ווײַל די ישׂראלים האָבן נישט ליב, אַז מע „ציילט‟ זיי, בפֿרט אַז אַ טייל פֿון זיי זענען דאָ אומלעגאַל. און די, וועלכע האָבן זיך יאָ רעגיסטרירט בײַ אַ ישׂראלדיקן קאָנסולאַט, וווינען דאָ בלויז עטלעכע יאָר, אָבער צוליב דעם וואָס זיי געניסן פֿון די קאָנסולאַרע באַדינונגען, ווערן זיי במילא אַ טייל פֿון דער סטאַטיסטיק, אַפֿילו נאָך דעם, ווי זיי האָבן זיך שוין אומגעקערט קיין מדינת־ישׂראל.

בקיצור — מע וועט מסתּמא קיין מאָל נישט וויסן אויף זיכער, וויפֿל ישׂראלים וווינען אין אַמעריקע.