(שײַכותדיקע אַרטיקלען: ייִדישע ראָבאָטן “פֿאַרכאַפּן” די אינטערנעץ, דער קאָמפּיוטער-שפּראַך „ליספּ‟ פּראַוועט אַ יובֿל, אויף דער שוועל פֿון אַ נײַער אינדוסטריעלער רעוואָלוציע)
***
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אין דער פּרעסע, אויף דער טעלעוויזיע און אויף דער אינטערנעץ פֿאַרשפּרייט די סענסאַציאָנעלע ידיעה וועגן אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ ייִד, אַ בר־מיצווה־ייִנגל פֿון אוקראַיִנע, און ווײַזט אַרויס, כּלומרשט, די פֿעיִקייט אָנצוהאַלטן אַ שמועס כּמעט ווי אַן עכטער מענטש. כּלומרשט, האָט זיך די וויסנשאַפֿטלער צום ערשטן מאָל אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַן עכטן קינסטלעכן אינטעלעקט.
דער פֿאַרמעסט, אין וועלכן די פּראָגראַם האָט איבערגעצײַגט אַ דריטל פֿונעם זשורי בעת אַ קורצן שמועס, אַז זיי רעדן מיט אַ מענטש, איז פֿאָרגעקומען לכּבֿוד דעם 60סטן יאָרצײַט פֿון אַלען טיורינג — איינער פֿון די אָבֿות פֿון קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט, וועלכער האָט אַמאָל פֿאָרגעלייגט אַ „טעסט אויף מענטשלעכקייט‟, כּדי צו באַשטימען, צי אַ קאָמפּיוטער פֿאַרמאָגט אַן אמתן שׂכל.
דעם 10טן יוני, האָט דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל מיטן קעפּל „דער קליגסטער קאָמפּיוטער־בחור איז אַ ייִד‟. דעם 17טן יוני האָבן מיר איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַן אַנדער אַרטיקל, וועגן אַ שמועס צווישן דער ייִט״אַ און הרבֿ מאַרק גאָלדפֿעדער, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ און אַן אַספּיראַנט און לעקטאָר פֿונעם עמאָרי־אוניווערסיטעט, וועלכער שטודירט די פֿאַרבינדונג צווישן רעליגיע און די בירגערלעכן געזעצן. גאָלדפֿעדער איז באַקאַנט ווי אַ שטיצער פֿון פּאָליגאַמיע. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט ער געדרשנט וועגן דער דאָזיקער טעמע אויף דער וועבזײַט פֿונעם טעלעוויזיע־קאַנאַל CNN. אין זײַן נײַעם אינטעוויו, האָט ער דערקלערט זײַן דעה, אַז אַן עכט קלוגער ראָבאָט קאָן זײַן על־פּי־הלכה אַ ייִד. אין שײַכות מיט די דאָזיקע צוויי טעמעס — ראָבאָטן און פּאָליגאַמיע — איז כּדאַי צו דערמאָנען אַ באַקאַנטע ייִדישע מעשׂה.
רבי יוסף-שלמה דלמדיגו (דעלמעדיגאָ) און אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע רבנים דערציילן, אַז דער גרויסער ייִדישער חכם שלמה אבן־גבֿירול, דער מחבר פֿונעם קלאַסישן חקירה־ספֿר „מקור חיים‟, האָט כּמעט מיט אַ טויזנט יאָר צוריק געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ גולמטע, וועלכע האָט געדינט ווי זײַן פּלגש אָדער ווײַב. געוויסע מענטשן זענען אָבער געווען אומצופֿרידן מיט זײַן קינסטלעכער פֿרוי, באַשולדיקט אבן־גבֿירולן אין כּישוף און זנות, און געצוווּנגען זי צו צעשטערן.
יאַן יאָמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון נײַ־זילאַנד, האָט פֿאָרויסגעזאָגט אין אַן ערנסטן פֿאָרש־אַרטיקל, אַז אינעם יאָר 2050 וועלן די גאַסן פֿון אַמסטערדאַם זײַן פֿול מיט עלעקטראָנישע זונות. פֿאָרשונגען אינעם דאָזיקן געביט ווערן איצט טאַקע געפֿירט אין אַ ריי לענדער, בפֿרט אין יאַפּאַן. אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע פֿאַנטאַזיעס, נאָכפֿאָלגנדיק גאָלדפֿעדערס געדאַנקען־גאַנג, קאָן מען פֿרעגן חידושדיקע הלכה־שאלות. צי מוז אַ ראָבאָט־כּלה גיין אין מיקווה? דאָס טובֿלען זיך אין וואַסער קאָן דאָך שטעלן אירע עלעקטראָנישע סכעמעס אין סכּנה. צי קען מען זי מקדש זײַן אונטער דער חופּה, אַנשטאָט אַ רינגל, מיטן אַרײַנשטעקן אַ נײַעם האַרטן דיסק צי אַ זכּרון־קאַרטל?
לאָמיר אָפּלאָזן די וויצן און זיך אומקערן צו דעם „העלד‟ פֿון דער הײַנטיקער סענסאַציע — דאָס ווירטועלע 13־יאָריקע ייִנגל מיטן נאָמען יודזשין גוסטמאַן. ס׳זעט אויס, אַז די מחברים פֿון די סענסאַציאָנעלע אַרטיקלען זענען נישט באַקאַנט מיט דער גענוג פּשוטער טעכנאָלאָגיע, וואָס שטעקט אין דער דאָזיקער פּראָגראַם. מסתּמא, האָבן זיי נישט געוווּסט, אַז הינטער דער מאַקסע פֿונעם דאָזיקן אוקראַיִנישן ייִד באַהאַלט זיך, אין דער אמתן, אַ 50־יאָריקע פֿרוי מיטן נאָמען עליזאַ.
יוסף ווײַצענבאַום, אַ דײַטשישער ייִד, וועלכער איז אַנטלאָפֿן מיט זײַן משפּחה קיין אַמעריקע און געוואָרן דאָרטן אַ פּראָפֿעסאָר אין MIT, האָט אינעם יאָר 1966 דעמאָנסטרירט אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם מיטן נאָמען „עליזאַ‟, וואָס קאָן איבערשרײַבן אויף אַ כּמו־שׂכלדיקן אופֿן פּשוטע ענגלישע פֿראַזעס. אַ פּאָפּולערע ווערסיע פֿון דער דאָזיקער פּראָגראַם פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ דאָקטער־פּסיכאָלאָג.
צו ווײַצענבאַומס גרויסן חידוש, האָבן אַ סך מענטשן גאַנץ ערנסט אָנגענומען זײַן אויסגעטראַכטן פּערסאָנאַזש. אַ טייל האָבן אָנגעהויבן אויסגיסן פֿאַר עליזאַ זייער האַרץ און געמיינט, אַז די עלעקטראָנישע פֿרוי פֿאַרשטייט גאַנץ גוט זייערע פּראָבלעמען. אייניקע יחידים האָבן זיך אין איר אַפֿילו פֿאַרליבט. להיפּוך צו דער איצטיקער סענסאַציע, האָבן אַלע קאָמפּיוטער־באַנוצער דעמאָלט געוווּסט, אַז זיי שמועסן מיט אַ פּשוטער פּראָגראַם; פֿונדעסטוועגן, האָט זיך בײַ זיי געשאַפֿן אַן אילוזיע, אַז די „דאָקטאָרשע‟ איז אַ שׂכלדיקע און חנוודיקע פֿרוי.
אין די שפּעטערדיקע יאָרן, איז ווײַצענבאַום געוואָרן אַ באַקאַנטער קריטיקער פֿון די פֿאָרשונגען אינעם געביט פֿון קינסטלעכן אינטעלעקט. ער האָט באַמערקט, אַז אויב אַפֿילו עס וועט זיך טאַקע אַמאָל אײַנגעבן צו שאַפֿן אַ מאַשין מיט אַ עכטן שׂכל, וועט זי נישט זײַן אַ מענטש און קאָן זיך אויפֿפֿירן אוממענטשלעך. און פֿאַרקערט, קאָן אַזאַ פּרימיטיווע פּראָגראַם, ווי זײַן „עליזאַ‟, שאַפֿן אַן אילוזיע פֿון מענטשלעכקייט.
„יודזשין גוסטמאַן‟ איז בעצם אַ המשך פֿון דער זעלבער „עליזאַ‟. במשך פֿון 50 יאָר, האָט דער אַלגאָריטם זיך אַנטוויקלט. מע האָט פֿאַרשטאַנען, מיט וואָסערע שליסל־פֿראַזעס קאָן מען שאַפֿן אַ בעסערן דמיון פֿון אַ מענטש. אונדזער מוח זעט כּסדר אײַן אַ מענטשלעכע צורה אין דער אַרומיקער וועלט — דערפֿאַר קאָנען געוויסע מענער צוגעצויגן ווערן צו די דערמאָנטע יאַפּאַנישע סעקסועלע אויטאָמאַטן, באַגלייט מיט אַ ווערסיע פֿון דער זעלביקער „עליזאַ‟, אָנגעשטאָפּט מיט סעקסועלע אויסדרוקן אַנשטאָט דאָקטערײַ.
ווײַצענבאַום האָט געגעבן זײַן פּראָגראַם אַ נאָמען לכּבֿוד עליזאַ דוליטל, די העלדין פֿון בערנאַרד שאָוס פּיעסע „פּיגמאַליאָן‟ — אַ פּשוט אומגעבילדעט מיידל, וואָס פֿאַרקויפֿט בלומען אויף דער גאַס און רעדט אויף ענגליש מיט אַ שטאַרקן אַקצענט. די שאַפֿער פֿון „יודזשין‟, דרײַ פּראָגראַמיסטן פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע, פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן זעלבן פּסיכאָלאָגישן פּרינציפּ. פֿון אַ פּשוט קינד פֿון אַן אַנדער לאַנד דערוואַרט מען נישט קיין טיפֿע ידיעות און גוטע שפּראַך־קענטענישן. אין פֿאַרגלײַך מיט ווײַצענבאַומס אָריגינעלער פּראָגראַם, כאַפּט „יודזשין‟ מער שליסל־ווערטער און האָט אַ ברייטערן וואָקאַבולאַר; קיין שום שׂכל האָט ער אָבער נישט.
ווען איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דער נײַער פּראָגראַם, האָב איך נישט געטראַכט, אַז זי איז כּמעט אַזוי פּרימיטיוו, ווי די אַלטע גוטע 50־יאָריקע „עליזאַ‟. זײַענדיק באַקאַנט מיט די פֿרישע המצאות אינעם געביט פֿונעם קינסטלעכן אינטעלעקט, האָב איך זיך געריכט, אַז די פּראָגראַמיסטן האָבן געשאַפֿן עפּעס מער חידושדיקס. למשל, מע וואָלט געקאָנט אים גרינג פֿאַרוואַנדלען אין אַ נישקשהדיקן שאָך־שפּילער, אַ קענער פֿון געוויסע זײַטן אויף דער אינטערנעץ און אַ יונגן מאַטעמאַטיקער, וואָס קען לייזן קאָמפּליצירטע גלײַכונגען. אַ סבֿרא, אַז די פּראָגראַמיסטן האָבן בכּיוון געוואָלט שאַפֿן אַ געשטאַלט פֿון נאַרישקייט און אומגעלומפּערטקייט, ווײַל אַ קאָמבינאַציע פֿון גרויסע כּשרונות אין געוויסע ספּעציפֿישע געביטן מיטן קנאַפּן פֿאַרשטאַנד פֿון דער מענטשלעכער שפּראַך וואָלט אויסגעזען צו קאָמפּיוטעריש. דער אימאַזש פֿון אַ קליין נאַריש ייִנגל איז מער „נאַטירלעך‟.
ווײַזט אויס, אַז די שאַפֿער פֿון „יודזשין‟ האָבן בכלל נישט געשטעלט דעם ציל צו שאַפֿן אַ מאַשין־שׂכל. זיי האָבן בלויז געוואָלט אָפּנאַרן דעם זשורי. במשך פֿון אַ קורצן שמועס „שפּײַט‟ די פּראָגראַם אַרויס אַ געוויסע סעריע פֿון פֿראַזעס, וואָס קאָן אויסזען ווי ס׳וואָלט גערעדט אַ קינד. דערפֿאַר האָט דער טעסט געדויערט בלויז 5 מינוט; נאָך אַ קורצער ווײַל, הייבט „יודזשין‟ אָן קלינגען ווי אַ צעבראָכענע רעקאָרדירונג־פּלאַטע.
דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם פּראָיעקט, פּראָפֿעסאָר קעווין וואַרוויק, האָט געמאָלדן, אויף אַ סענסאַציאָנעלן אופֿן, אַז זײַן גרופּע האָט געשאַפֿן אַ „סופּערקאָמפּיוטער־פּראָגראַם‟. למעשׂה, איז עס בלויז אַ קליין פּראָגראַמעלע; אַ ווערסיע פֿון „יודזשין‟ קאָן מען אינסטאַלירן אין אַ צעל־טעלעפֿאָן.
אַ צאָל אַנדערע שמועס־פּראָגראַמען — אויך גענוג קליינע, וואָס פֿאָדערן נישט קיין סופּערקאָמפּיוטערס — זעען אויס מער שׂכלדיק. אַ נישקשהדיקער מוסטער פֿון אַזאַ פּראָגראַם הייסט „אַליס‟. די דאָזיקע טשיקאַווע ווירטועלע פֿרוי פּרוּווט צו אַנאַליזירן כאָטש אַ ביסל דעם שמועס, הגם דאָ גייט זיכער אויך נישט קיין רייד וועגן אַן אמתן שׂכל.
„אַליס‟ און „יודזשין‟ זענען ביידע באַגרינדעט אויף דער זעלבער טעכנאָלאָגיע, אַ דיאַלעקט פֿון דער קאָמפּיוטער־שפּראַך XML, גאַנץ ענלעך צו דער אַלטער „עליזאַ‟. אָט דאָ קאָנען די לייענער זיך באַקענען מיטן 18־יאָריקן עלעקטראָנישן מיידל:
און דאָ, אויף דער זעלבער וועבזײַט, קאָנט איר אַרײַנקוקן אין די טעכנאָלאָגישע פּיטשעווקעס פֿון איר ייִנגערן „ברודער‟, וואָס זײַן ערשטע ווערסיע איז „געבוירן‟ געוואָרן, טאַקע מיט 13 יאָר צוריק, אין פּעטערבורג:
//www.alicebot.org/chatbots3/Eugene.pdf
אָט אײַך דרײַ בײַשפּילן. „פֿאַרוואָס באַווײַזן זיך פּלוצעם די פֿייגל?‟ ווען מע פֿרעגט „יודזשין‟ אַזאַ קשיא, קערעוועט ער אָפּ דעם דיאַלאָג אין אַ זײַט, כּדי צו פֿאַרמישן דעם מיטרעדער. להיפּוך, ענטפֿערט „אַליס‟: „כּדי צו קאָמוניקירן איינער מיטן צווייטן‟. פֿרעגט „יודזשין‟, צי ער פֿילט זיך געזונט — טוט ער אָפּ דעם זעלבן קונץ, און „אַליס‟ דערקלערט, אַז זײַענדיק אַ ראָבאָט, פֿילט זי נישט קיין מענטשלעכע עמאָציעס. פֿרעגט יודזשין וועגן דעם מאָרגנדיקן וועטער — חזרט זיך איבער די זעלבע מעשׂה. אין קאָנטראַסט, ענטפֿערט „אַליס‟, אַז בײַ איר, אינמיטן דעם קאָמפּיוטער, בלײַבט אַלעמאָל די נאָרמאַלע טעמפּעראַטור פֿון 70 גראַד.
„אַליס‟, אַ ווערק פֿונעם פּראָפֿעסאָר ריטשאַרד וואָלאַס, וועלכער האָט געשאַפֿן די דערמאָנטע טעכנאָלאָגיע, וואָס שטעקט אין אַ גאַנצער סעריע פּאָפּולערע שמועס־ראָבאָטן, אַרײַנגערעכנט „יודזשין‟, פּרוּווט קיינעם נישט אָפּצונאַרן. די שאַפֿער דערקלערן בפֿירוש, אַז דאָס איז אַ פֿאַרבעסערטער וואַריאַנט פֿון דער קלאַסישער 50־יאָריקער „עליזאַ‟; צוליב דעם טראָגן ביידע ווירטועלע פֿרויען ענלעכע נעמען.
די גרענעצן פֿון שׂכל, באַוווּסטזײַן און מענטשלעכקייט איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטע און ברייטע טעמע. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז די דאָזיקע טעמע האָט ווייניק צו טאָן מיט אָפּנאַרערײַ, אויסטערלישע פֿאַנטאַזיעס און ביזן הימל צעבלאָזענע צווייפֿלהאַפֿטיקע סענסאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.