ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פּראָפֿ’ יונתן קלמן
פּראָפֿ’ יונתן קלמן

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 23, 2014, issue of July 18, 2014.

נתניהו לייגט אָפּ זײַן רײַזע קיין אויסטראַליע

דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, בנימין נתניהו, האָט באַשלאָסן אָפּצולייגן זײַן פּלאַן צו באַזוכן אויסטראַליע אין חודש יולי אין ליכט פֿונעם „קידנעפּ‟ פֿון די דרײַ ייִדישע בחורים אויפֿן מערבֿ־ברעג. דאָס האָט געדאַרפֿט זײַן צום ערשטע מאָל, וואָס אַ פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל באַזוכט אויסטראַליע. נתניהו האָט פּלאַנירט צו פֿאָרן קיין מעלבורן, קאַנבערע און סידנעי. פֿאָרשטייער פֿון אויסטראַלישע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז די בחורים וועלן אומגעקערט ווערן צו זייערע משפּחות גאָר אין גיכן, און אַז נתניהו וועט נאָך באַזוכן אויסטראַליע אין גיכן.


אַ שטאָט אין קווינסלאַנד באַערט די פּיאָנערישע משפּחה בלומבערג

די שטאָט בונאַ אין קווינסלאַנד האָט באַערט די פּיאָנערישע משפּחה בלומבערג מיט דער אָנטיילונג פֿון אַ שטאָטישן זייגער. די שטאָט האָט לכתּחילה געהייסן בלומבערגוויל, אָבער דער נאָמען איז געביטן געוואָרן אויף בונאַ אינעם יאָר 1902. די דרײַ ברידער, לוי, אַדאָלף און מאַקס בלומבערג זײַנען אַוועק פֿון די גזירות און פּאָגראָמען אין צאַרישן רוסלאַנד אין 1882 און זײַנען אָנגעקומען אין דער שטאָט אינעם אויסטראַלישן „אַוטבעק‟, וווּ זיי האָבן געעפֿנט דאָס ערשטע געשעפֿט אין צענטער שטאָט. אַלע דרײַ בלומבערג־ברידער זײַנען באַערדיקט געוואָרן לעבן בונאַ, אָבער קיינער פֿון דער משפּחה וווינט נישט דאָרטן הײַנט-צו-טאָג. מע גרייט איצט צו אַ געשיכטע פֿון דער משפּחה בלומבערג. לוי בלומבערגס אור-אייניקל און אַנדערע מיטגלידער פֿון דער משפּחה, וועלכע וווינען אין בריזבען, מעלבורן, סידנעי, אַמעריקע און מדינת־ישׂראל, זײַנען בײַגעווען אויף דער צערעמאָניע.


דער גײַסט פֿון מוזיק

אַן עולם פֿון העכער זיבן הונדערט איז בײַגעווען אויף אַ קאָנצערט פֿון גײַסטלעכער מוזיק פֿון די ייִדישע, קריסטלעכע, מוסולמענישע און אַבאָריגענישע טראַדיציעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין טעמפּל „בית־ישׂראל‟ אין סט. קילדאַ, מעלבורן. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם טעמפּלס חזן, מישעל לאַלום. מער ווי 170 זינגערס און 57 מוזיקער האָבן אָנטיילגענומען אינעם אָוונט.


קאַרדעאָלאָג באַערט

דער מעלבורנער קאַרדעאָלאָג און פֿאָרשער פּראָפֿ’ יונתן קלמן איז באַערט געוואָרן פֿונעם נאַציאָנאַלן געזונט־ און מעדיצינישן פֿאָרש-ראַט פֿאַר זײַן פֿאָרשונג פֿון אַרטעריאַלער דעפֿריבולאַציע, וואָס באַטרעפֿט אַן ערך צען פּראָצענט פֿון דער עלטערער באַפֿעלקערונג און ווערט אַלץ מער פֿאַרשפּרייט. דאָס קען דערפֿירן צו מוח-אָנפֿאַלן, האַרץ-אַטאַקעס און אַפֿילו טויט. דער פֿעדעראַלער געזונט-מיניסטער האָט געגעבן קלמנען די פּרעמיע אין דער הויפּט-שטאָט קאַנבערע.


ייִדישער הילפֿס-פֿאָנד פֿון וויקטאָריע נייטיקט זיך אין אַ מיליאָן דאָלאַר

מרדכי דעבינסקי, דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן הילפֿס-פֿאָנד פֿון דער שטאַט וויקטאָריע, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריוו צו דער לאָקאַלער ייִדישער באַפֿעלקערונג, אין וועלכן ער גיט איבער, אַז דער פֿאָנד נייטיקט זיך אין נאָך אַ מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו דעקן זײַנע פּראָגראַמען. דער הילפֿס-פֿאָנד באַדינט די ייִדישע באַפֿעלקערונג מיט פּראָגראַמען פֿאַר פֿינאַנציעלער הילף, עצות, וווינונגען און באַדינונג פֿאַר ייִדן מיט פֿיזישע, גײַסטיקע אָדער אינטעלעקטועלע מניאות. ס’רובֿ פֿון די-אָ פּראָגראַמען ווערן מער נישט אונטערגעשטיצט פֿון דער רעגירונג אָדער זיי באַקומען ווייניק געלט פֿון דער רעגירונג און דאַרפֿן דערפֿאַר פֿינאַנצירט ווערן דורך פּריוואַטע בײַשטײַערונגען.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.