עס זײַנען דאָ מענטשן וואָס שלאָפֿן, און עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס כאַפּן אַ דרעמל. אַן ערך אַזאַ אונטערשייד איז דאָ צווישן קומען און אַרײַנכאַפּן זיך, שמועסן און כאַפּן אַ שמועס, עסן און איבערכאַפּן. וועגן דעם לעצטן פּאָרל — עסן און איבערכאַפּן —וועל איך טאַקע הײַנט שרײַבן.
די זאַך איז, אַז פֿון דעם ריזיקן כּרך מאָסקווע, בין איך כּמעט גלײַך (בלויז אַ טאָג פֿאַרבראַכט אין לאָנדאָן) געפֿאָרן קיין איטאַליע, וווּ ניט ווײַט פֿון טורין געפֿינט זיך אַן אָרט, וואָס הייסט זייער שיין און, וואָלט איך געזאָגט, אַפֿילו געשמאַק: פּאָלענצאָ (נוצנדיק גלחות — Pollenzo). וואָס האָט מיך פֿאַרטראָגן אַהין? אַ קאָנפֿערענץ, און דווקא וועגן עסן. אַזוי אַז ניט נאָר דאָס אָרט גופֿא איז געווען גאָר אַנדערש, אין פֿאַרגלײַך מיט דער רוסישער פֿילמיליאָניקער הויפּשטאָט. פּאָלענצאָ האָט אין גאַנצן עטלעכע הונדערט תּושבֿים. אָבער אויך די טעמע איז געווען פֿון אַן אַנדער דימענסיע; אין מאָסקווע האָט מען דאָך גערעדט וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה.
אין פּאָלענצאָ געפֿינט זיך אַן אוניקאַלער לערן-אַנשטאַלט — דער אוניווערסיטעט פֿון גאַסטראָנאָמישע וויסנשאַפֿטן. די טעג מערקט ער אָפּ זײַן צען-יאָריקן יוביליי. דאָס איז דער צענטער פֿון אַ באַוועגונג, געשאַפֿן מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק ווי אַ פּראָטעסט פֿון דער קולטור פֿון איבערכאַפּן, אָדער דעם „גיכן עסן‟ (fast food). אויף וויפֿל איך האָב אויסגעלייענט, האָט די באַוועגונג זיך אָנגעהויבן צו קריסטאַליזירן בעת אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון „מאָקדאָנאַלדס‟-רעסטאָרנדלעך אין רוים, ווען ס׳איז באַוווּסט געוואָרן, אַז אַ „מאָקדאָנאַלדס‟ וועט זיך אָט-אָט עפֿענען בײַ די „שפּאַנישע טרעפּלעך‟. איך בין שוין לאַנג ניט געווען אין רוים, אָבער אויב איך פּלאָנטער ניט, האָט זיך דאָרטן אַזאַ רעסטאָראַנדל לסוף באַוויזן. מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט ווי איטאַליענישע פֿרויען, פֿאַרפּוצט אין טײַערע מינק-מאַנטלעך, האָבן געגעסן דאָרטן די „גיכע‟ מאכלים, מישטיינס געזאָגט.
אַזוי צי אַזוי, אָבער די באַוועגונג האָט באַקומען דעם נאָמען slow food, דאָס הייסט „פּאַמעלעכע עסן‟. אָבער דאָס מיינט ניט, אַז דער הויפּט-ציל באַשטייט נאָר אין עסן רויִק, ניט אײַלנדיק. דאָס איז ניט מער ווי אַ קליינער טייל פֿון דער „פּאַמעלעכער‟ פֿילאָסאָפֿיע. דער עיקר איז: וואָס צו עסן, ווי אַזוי צו קאָכן. די אידעאָלאָגן פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג טענהן, אַז מע דאַרף ניט שלעפּן אין מויל אַרײַן אַלץ, וואָס עס פֿאַלט אַרײַן אין די הענט. מע דאַרף עס טאָן אַזוי, אַז עס זאָל ניט שאַטן סײַ דעם מענטשן, סײַ דער נאַטור. און מע דאַרף זיך אויסלערנען צו האָבן הנאה פֿון עסן, פֿון טרינקען, און בכלל פֿון זיצן בײַ אַ געדעקטן טיש.
קלינגען קלינגט עס גוט. אָבער איך בין ניט זיכער, צי אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט און אַרבעט אין אַזאַ שטאָט ווי ניו-יאָרק, קען עס זיך פֿאַרגינען אין זייער טאָג-טעגלעכן לעבן. ווער קען געפֿינען די צײַט צו פֿירן אַזאַ ציוויליזירטע באַלעבאַטישקייט? פּראַקטיש, קען מען רעאַליזירן נאָר אייניקע עלעמענטן פֿון דער „פּאַמעלעכער‟ פֿילאָסאָפֿיע; סײַדן די משפּחה איז גענוג רײַך צו עסן ערגעץ אָדער צו האַלטן עמעצן, וואָס וועט פֿאַר זיי קויפֿן און קאָכן. הקיצור, ס׳איז בלי-ספֿק ניט פֿאַר יעדן בשׂר-ודם.
די באַוועגונג פֿון „פּאַמעלעך עסנדיקע‟ לײַט כאַפּט אַרום בערך 100 טויזנט נפֿשות אין צענדליקער מדינות. דער אוניווערסיטעט פֿון גאַסטראָנאָמישע וויסנשאַפֿטן האָט פֿיר הונדערט סטודענטן, אויך פֿון אַ סך לענדער. אַגבֿ, קיין קוכערס גרייט מען דאָרטן ניט; מע שולט אויס מענטשן, וואָס אָרגאַניזירן דעם פּראָצעס פֿון צוגרייטן די אַכילה. איך הייב ניט אָן צו וויסן, וועלכע לימודים גייען אַרײַן אין זייער פּראָגראַם. די איינציקע זאַך ווייס איך, אַז זיי לערנען געשיכטע, ווײַל די קאָנפֿערענץ האָט אָרגאַניזירט דער היגער פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע, סימאָנע טשינאָטאָ, צוזאַמען מיט מײַן קאָלעגע פֿון דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, פּראָפֿעסאָר חסיה דײַנער. די טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען „די גלאָבאַלע געשיכטע פֿון ייִדישן עסן‟.
איך מוז מודה זײַן זיך, אַז בײַם אָנהייב האָב איך זיך ניט זייער ערנסט באַצויזן צו דעם דאָזיקן ענין. וואָס קען שוין זײַן אַזוי וויסנשאַפֿטלעך אין דעם עסן? מע קאָכט אָפּ, מע עסט אויף — און שוין. אָבער בײַם צוגרייטן זיך און בײַם באַטייליקן זיך אין דער ביז גאָר געראָטענער קאָנפֿערענץ האָב איך ביסלעכווײַז געביטן מײַן באַציִונג צו דער דאָזיקער פֿראַגע. איצט בין איך זיכער, אַז אויף אַזאַ אופֿן, „דורך די קישקעס‟, אַזוי צו זאָגן, קען מען באַקומען אַ בולט בילד פֿון דעם, וואָס עס קומט פֿאָר — אָדער, היסטאָריש, איז פֿאָרגעקומען — אין ייִדישן לעבן. אַ סימן האָט איר: ס׳איז געווען אַזוי אינטערעסאַנט, אַז אַפֿילו נאָך אַ געשמאַקן לאָנטש, מיט ווײַן, פֿאַרשטייט זיך, האָט זיך מיר לחלוטין ניט געוואָלט שלאָפֿן בעת די רעפֿעראַטן, אָפּגעהאַלטן אין דער צווייטער העלפֿט טאָג.
אַ שוחטס אַן אייניקל און אַן אוראייניקל פֿון אַ רבֿ, וואָס האָט אָנגעשריבן ספֿרים מכּוח שחיטה, האָב איך גערעדט וועגן דבֿר-אַחרס, פּינקטלעכער — וועגן דעם, ווי אַזוי ייִדן, בפֿרט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, זײַנען פֿאַרטאָן געוואָרן אין אויפֿהאָדעווען חזירים. און ווי מע האָט אָנגעהויבן אַזאַ פֿלייש, ווי אויך קרוליקעס — צו עסן. אין דער אמתן, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַ טעמע, וואָס איז ברייט אין איר פֿאַרנעם, געאָגראַפֿיע און כראָנאָלאָגיע. אַ טעמע אויף אַ בוך, וואָס איך וועל אפֿשר קיין מאָל ניט אָנשרײַבן. אָבער אַ קאַפּיטל פֿאַרן בוך, וואָס וועט, אים-ירצה-השם, אַרויסקומען ווי אַ פּראָדוקט פֿון אָט דער קאָנפֿערענץ, בין איך גרייט צו שרײַבן. בפֿרט נאָך, אַז די ייִדישע ליטעראַטור גיט גענוג סחורה פֿאַר אַזאַ פֿאָרשונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.