די אַקטיאָרן מײַקל דאָגלאַס און קאַטערין זעטאַ־דזשאָונס, מיט זייערע קינדער, האָבן זונטיק געפּראַוועט זייער זון דילאַנס בר־מיצווה מיט אַ וויזיט קיין ישׂראל.
לויט אַ באַריט אין Ynet, איז די משפּחה אײַנגעשטאַנען אין דער „פּרעזידענטישער סוויטע‟ פֿונעם „קינג דייוויד האָטעל‟ פֿאַר 19,000 שקל ($5,400) אַ נאַכט. באַלד ווי זיי האָבן זיך רעגיסטרירט אין האָטעל, זענען זיי אַוועק אויף אַ טור איבער ירושלים, ענדיקנדיק מיט אַ וויזיט צו די טונעלן פֿונעם „הר הבית‟. טאָמער האָט איר קיין מאָל נישט געמאַכט דעם טור, איז כּדאַי עס צו טאָן, אַפֿילו אויב בלויז דורכן קאָמפּיוטער. אָט איז דער 4־מינוטיקער טור דערפֿון:
און אָט איז דער 50־מינוטיקער טור:
די בר־מיצווה צערעמאָניע גופֿא איז פֿאָרגעקומען אָנהייב־מײַ, און מע האָט דעמאָלט געשריבן אין דער פּרעסע, אַז דאָגלאַס האָט זיך צעקלאַפּט, ווען מע האָט אים אויפֿגעהויבן אין אַ בענקל בעת דער בר־מיצווה שׂימחה.
מײַקל דאָגלאַס איז דער זון פֿון קירק דאָגלאַס (פֿון געבורט — איסור דניאלאָוויטש, אָדער „איזי‟ דעמסקי) און זײַן נישט־ייִדישע פֿרוי, דײַאַנאַ דיל. הגם קירק דאָגלאַס האָט זיך ווייניק אינטערעסירט מיטן ייִדישן גלויבן, האָט זיך דאָס געביטן נאָך דעם ווי ער האָט על־פּי־נס איבערגעלעבט אַ געפֿערלעכן העליקאָפּטער־אַקצידענט אין 1991. זינט דעמאָלט האָט ער עטלעכע מאָל אויסגעדריקט באַדויער, וואָס ער האָט אַזוי פֿיל יאָר געלעבט ווי אַן אַסימילירטער ייִד און נישט דערצויגן זײַנע קינדער ווי ייִדן. ס׳איז אַ חידוש, וואָס ער זאָגט דאָס, בפֿרט אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז ער האָט פּראָדוצירט צוויי פֿילמען אין ישׂראל פֿאַר 1967 — נאָך איידער די ייִדישע מדינה איז געקומען „אין דער מאָדע‟.
דער ערשטער פֿילם, פֿון יאָר 1953, האָט באַקומען זייער גוטע רעצענזיעס — The Juggler (דער זשאָנגליאָר). ער דערציילט די מעשׂה פֿון אַ לעבן־געבליבענעם פֿון חורבן, וועלכער עמיגרירט קיין ישׂראל, ראַנגלט זיך מיט זײַן אָנגעווייטיקטער פֿאַרגאַנגענהייט און געפֿינט, סוף־כּל־סוף, מנוחה אין אַ קיבוץ. דער צווייטער פֿילם, פֿון 1966, איז געווען Cast a Giant Shadow — אַ ביאָרגראַפֿיע פֿונעם פּאָלקאָווניק דוד „מיקי‟ מאַרקוס — דער אַמעריקאַנער מיליטערישער העלד, וועלכער האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זיך פֿרײַוויליק אָנגעגעבן צו קעמפֿן אין דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה און איז טראַגיש דערהרגעט געוואָרן פֿון אַ ישׂראלדיקן וועכטער, ווײַל מאַרקוס האָט נישט פֿאַרשטאַנען די וואָרענונגען אויף העברעיִש.
הלוואי וואָלטן מיר אַלע געווען אַזוי „אַסימילירט‟ ווי דאָגלאַס…
זײַן זון, מײַקל, ווערט אָפֿט באַצייכנט ווי אַ מענטש, וואָס אידענטיפֿיצירט זיך נישט מיט קיין שום רעליגיע, אָבער דערנאָך ווערט דער עולם איבערראַשט יעדעס מאָל, ווען מע דערוויסט זיך, אַז ער האָט זיך באַטייליקט אין אַ ייִדישן ריטואַל, אַזוי ווי מיט זײַן זונס בר־מיצווה. אין 1998 האָט מײַקל דאָגלאַס געהאָלפֿן אָרגאַניזירן אַ 2־שעהיקע ספּעציעלע טעלעוויזיע־פּראָגראַם לכּבֿוד 50 יאָר מדינת־ישׂראל.
אינעם זעלבן יאָר פֿון דער פּראָגראַם, האָט אַ רעפּאָרטער פֿון „האָרץ‟ אים געפֿרעגט כּלערליי שאלות וועגן דער קינאָ־אינדוסטריע, און דאָגלאַס האָט געהאַלטן אין איין טענהן מיטן רעפּאָרטער, פֿאַר וואָס מדינת־ישׂראל פֿאַררעכנט אים נישט פֿאַר קיין ייִד. אין 2000, איידער ער און זעטאַ־דזשאָונס האָבן חתונה געהאַט, האָבן זיך געהערט קלאַנגען, אַז זי קלערט זיך מגייר צו זײַן. איר פּרעסע־אַגענט האָט עס געלייקנט, אָבער געוויסע קוואַלן האָבן איבערגעגעבן, אַז זי האָט זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע רבנים און אַרומגערעדט די מעגלעכקייט.
בקיצור, ווען ס׳רעדט זיך וועגן געמישטע חתונות און ייִדישער אידענטיטעט, קען מען קיין מאָל נישט וויסן, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.