דער וואַרשעווער JCC פֿאַרבעט דעם עולם צו אַ נײַער פֿאָטאָגראַפֿיע־אויסשטעלונג. אויף דער אויסשטעלונג קען מען זען בילדער פֿון מענער און פֿרויען דורך זייערע אייגענע און פֿרעמדע אויגן. למשל: אַ מענטש האַלט זיך פֿאַר אַ בכּבֿודיקן ביזנעסמאַן און לאָזט זיך פֿאָטאָגראַפֿירן לעבן זײַן געשעפֿט, אָבער זײַנע חבֿרים האַלטן אים דווקא פֿאַר אַ קאָמיקער און פֿאָטאָגראַפֿירן אים אָנגעטאָן ווי אַ פּאַיאַץ אין אַ צירק.
די אויסשטעלונג איז אַ רעזולטאַט פֿון געמיינזאַמער אַרבעט פֿון צוועלף וואַרשעווער תּושבֿים, דאָס רובֿ ייִדן. סע גייט אַ רייד וועגן אַמאַטאָרן, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין א פֿאָטאָגראַפֿיע-וואַרשטאַט אונטער דער לײטונג פֿון מיקאָלײַ גרינבערג.
גרינבערג איז דער זון פֿון וואַרשעווער ייִדן, וואָס די לינקע פּאָליאַקן, סאָציאַליסטן, האָבן זיי באַהאַלטן אין זייערע היימען בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. מיקאָלײַ גרינבערג איז געווען אַ סטודענט פֿון פּסיכאָלאָגיע, אָבער ער האָט צום סוף נישט אָנגעשריבן זײַן מאַגיסטער־אַרבעט און געבליבן אָן אַן אַקאַדעמישן טיטל. אין זײַן מאַגיסטער־אַרבעט אין וואַרשעווער אוניווערסיטעט האָט ער געוואָלט פֿאָרשן די אײַנשטעלונגען, וואָס יונגע פּאָליאַקן האָבן בנוגע ייִדן. ער האָט געפֿירט אַנקעטעס אין פֿאַרשיידענע וואַרשעווער גימנאַזיעס. די רעאַקציע פֿון די תּלמידים איז געווען על־פּי רובֿ זייער אַ פֿײַנטלעכע. אין אַ געוויסער גימנאַזיע האָבן אים די תּלמידים פּשוט אָנגעשריגן, ער זאָל זיך אַוועקטראָגן פֿון פּוילן. ווען ער איז געגאַנגען רעדן וועגן דעם אינצידענט מיט דער דירעקטאָרקע פֿון דער שול, האָט זי געהאַלטן, אַז די תּלמידים האָבן אים געגעבן נישט קיין שלעכטע עצה.
גרינבערג האָט באַשלאָסן נישט ממשיך צו זײַן מיט זײַנע פּסיכאָלאָגיע־לימודים. ביסלכווײַז איז זײַן האָבי, פֿאָטאָגראַפֿיע, געוואָרן זײַן באַרוף. ער האָט געמאַכט אַ גרויסע קאַריערע אין קונסט, ווי אַ רעקלאַמע־פֿאָטאָגראַף.
מיקאָלײַ גרינבערג איז אַ וואַרעמער, טשיקאַווער מענטש און אַ געניטער פֿאַכמאַן. די תּלמידים אין זײַן JCC וואַרשטאַט האָבן געבעטן, ער זאָל ממשיך זײַן מיט אַ צווייטן פֿאָטאָגראַפֿיע־וואַרשטאַט אין האַרבסט.
די פּאָליאַקן האָבן ליב הומאָר. די פּוילישע לצים זאָגן, אַז פּוילן איז קיין מאָל נישט געווען און וועט נישט זײַן קיין פֿרײַ לאַנד. אין קאָמוניסטישן פּוילן איז געווען אַ סכּנה צו גיין זונטיק אין קירך. די קאָמוניסטישע געזעלשאַפֿט האָט געקוקט מיט חשד אויף די גלויביקע. הײַנט, דערציילן די לצים, איז אַ סכּנה נישט צו גיין זונטיק אין קירך. די קאַפּיטאַליסטישע געזעלשאַפֿט קוקט מיט חשד אויף די, וואָס זענען נישט קיין גלויביקע.
דאָרטן, וווּ עס זענען געהאָנגען פֿריִער פּאָרטרעטן פֿון מאַרקס און ענגעלס, געפֿינט מען הײַנט צלמס — סײַ אין מלוכישע אינסטיטוציעס, סײַ אין פּריוואַטע געשעפֿטן. פּוילן איז געוואָרן ממש אַ צווייטער וואַטיקאַן.
די טעג גייט פּוילן כאָדאָראָם וועגן אַ גינעקאָלאָג, וואָס האָט נישט געלאָזט אַ פֿרוי האָבן אַן אַבאָרט, הגם זי איז געווען אין די ערשטע וואָכן פֿון טראָגן, און דאָס קינד וואָס זי טראָגט, האָט מוראדיקע פֿיזישע פעלערן. עס איז קלאָר, אַז ס’קינד וועט געבוירן ווערן אַ טויטס, אָדער שטאַרבן קורץ נאָך זײַן געבורט. די אַפֿערע האָט פֿאַר אונדז ייִדן אַ מאָדנעם נאָמען — די חזן־אַפֿערע. פֿאַר וואָס מיט אַ מאָל די „חזן אַפֿערע‟? דער ענטפֿער איז זייער אַ פּשוטער. דער פֿאַרברענטער קאַטאָליק, דער גינעקאָלאָג, וואָס איז אויך דער שעף פֿון אַ שפּיטאָל, און וואָס האָט פֿאַרווערט דער פֿרוי אַן אַבאָרט צוליב זײַן קאַטוילישן גלויבן, הייסט חזן. אין הײַנטיקן פּוילן ווייסט קיינער נישט, וואָס דאָס וואָרט חזן מיינט, און די פּאָליאַקן כאַפּן זיך נישט, אַז דער פֿאַרברענטער קאַטאָליקער שטאַמט מסתּמא פֿון די ייִדן.
אַגבֿ, די הײַנטיקע וואַרשעווער האָבן נישט קיין אַנונג, אַז זייערע באַליבטע געבעקסן, ווי למשל, בייגל אָדער חלה שטאַמען אויך פֿון די ייִדן. איך האָב אַפֿילו געזען אַ רעקלאַמע אויף אַ צענטראַלער אַלעע אין דער הויפּטשאָט בזה־הלשון: „קויפֿט בייגל בײַ אונדז. ס’איז גוט, ווײַל ס’איז פּויליש!‟
ראַדזימין איז אַ קליין שטעטל לעבן וואַרשע. איר באַרימטסטער אײַנוווינער איז אָן קיין שום ספֿק דווקא אַ ייִד — יצחק באַשעוויס־זינגער. באַשעוויס איז געבוירן געוואָרן אין לעאָנטשין, אָבער די משפּחה האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין ראַדזימין, וווּ איר הויז שטייט עד־היום אין מיטן דער שטאָט, דווקא לעבן אַ קירך.
ראַדזימין, וווּ פֿופֿציק פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג זענען געווען ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה, האָט אָרגאַניזירט הײַיאָר אַ באַשעוויס־זינגער פֿעסטיוואַל. מאָנטיק דעם 16 יוני האָבן זיך פֿאַרזאַמלט גימנאַזיסטן פֿון גאַנץ ראַדזימין אויף אַ באַשעוויס־זינגער טאָג. דער כאָר פֿון תּלמידים האָט געזונגען ייִדישע לידער. אַ קאָמיטעט פֿון גימנאַזיע־לערער האָט צעטיילט פּריזן פֿאַר די בעסטע עסייען וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון ראַדזימין. פּריזן זענען צוגעטיילט געוואָרן אויך די בעסטע מאָלערײַען און צייכענונגען וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ פֿון ראַדזימין.
אַ ראַדזימינער היסטאָריקער האָט געהאַלטן אַ טשיקאַווע לעקציע וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין ראַדזימין, פֿונעם אָנהייב ביזן חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.