(די 2 טע זײַט פֿון 2)
באַשקין באַקענט דעם הײַנטיקן ענגלישן לײענער מיט די פֿאַרגעסענע וויכּוחים אין דער סבֿיבֿה פֿון די אַראַבער און ייִדישער אינטעליגענץ אַרום די ענינים פֿון נאַציאָנאַליזם, ציוניזם און קאָמוניזם. לכתּחילה, האָבן אײניקע אַראַבישע כּלל־טוער אַפֿילו געשטיצט די ייִדישע ייִשובֿים אין ארץ־ישׂראל, װײַל זײ האָבן געהאַלטן די ייִדן פֿאַר זײערע אַליִיִרטע אינעם קאַמף קעגן דעם אײראָפּעיִשן קאָלאָניאַליזם. עס איז געװען פֿאַר זײ װיכטיק צו שאַפֿן אַ געשטאַלט פֿון דער אַראַבישער ציװיליזאַציע, װאָס איז מער טאָלעראַנט און אָפֿן, אײדער די נאַציאָנאַליסטישע אײראָפּעיִשע שיטות.
דער מצבֿ האָט זיך שטאַרק געביטן אין די 1940ער. די נײַע נאַציאָנאַליסטישע רעגירונגען פֿון איראַק האָבן באַטראַכט די ייִדן װי אַ סכּנה פֿאַר דער אַראַבישער כּלל־נאַציע, װײַל אַ היפּשע צאָל ייִדן זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין דער קאָמוניסטישער אָדער ציוניסטישער באַװעגונג. באַשקין איז מער פֿאַראינטערעסירט דװקא אין יענע ייִדן, װאָס זײַנען געװען װײַט פֿון בײדע אידעאָלאָגישע שטראָמונגען און האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר אַראַבישע ייִדן. אין קײן אַנדערן לאַנד אין דער אַראַבישער װעלט האָבן די ייִדן ניט געשפּילט אַזאַ בולטע פּאָליטישע און קולטורעלע ראָלע װי אין איראַק.
ייִדן האָבן זיך אַקטיװ באַטײליקט אינעם שאַפֿן אַ נײַע װעלטלעכע קולטור אױף דער אַראַבישער שפּראַך. דערבײַ האָט מען ניט גערעדט װעגן שאַפֿן אַ יש־מאַין. די ייִדן האָבן שטאָלצירט מיט זײערע טיפֿע װאָרצלען אינעם לאַנד פֿון אשור און בבֿל, און מיט זײער בײַטראָג אין דער אַראַבישער ציװיליזאַציע. דאָס איז געװען אַ ראַיה, אַז דװקא די ייִדן זײַנען געװען די סאַמע עכטע און אור־אַלטע איראַקער; און די מאָדערנע ייִדישע מחברים אין איראַק האָבן געשריבן אױף אַ שײנעם ליטעראַרישן אַראַביש, װאָס איז געװען דורכגעזאַפּט מיט איסלאַמישע באַגריפֿן. אין זײערע אױגן איז איסלאַם געװען ניט קײן רעליגיע, נאָר אַ קולטור.
די קולטורעלע אַסימילאַציע פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ אין איראַק איז געגאַנגען פּאַזע ענלעכע דרכים, װי אין רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, אונגאַרן אָדער אַמעריקע. די איראַקער ייִדן האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר אַראַבער, לױט דער קולטור און נאַציאָנאַלער אָנגעהעריקײט. זײ האָבן באַטאָנט זײער אײַנגעװאָרצלטקײט אין דעם לאַנד פֿון זײערע אָבֿות און זײער בײַטראָג אין דער מאָדערנער איראַקישער קולטור און װירטשאַפֿט. אָבער פֿון זײערע האָפֿענונגען האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױדעם באַלד נאָך דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. אין 1948 האָט די איראַקער רעגירונג אָנגעהױבן אָרגאַניזירטע אַנטי־ייִדישע רדיפֿות.
די געשיכטע פֿון אױפֿקום און מפּלה פֿונעם מאָדערנעם איראַקער ייִדנטום איז ענלעך צו דעם, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אָבער מיט אַ טשיקאַװן אונטערשייד. אין איראַק זײַנען די ייִדן גלײַכצײַטיק באַשולדיקט געװאָרן אין ציוניזם און קאָמוניזם, בעת די סאָװעטישע קאָמוניסטישע מאַכט האָט געהאַלטן ציוניסטן פֿאַר איר דם־שׂונא. אין משך פֿון אײן יאָר האָבן ס׳רובֿ ייִדן געמוזט פֿאַרלאָזן איראַק; אָבער די לאָגיק פֿונעם דאָזיקן באַשלוס איז געװען אַ פֿאַרקערטע — אויף אַזאַ אופֿן האָט איראַק געשטאַרקט זײַן שׂונא־לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.