וואָס מיינט עס, צו זײַן אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד? אַ חרדי, אַ מאָדערנער אָרטאָדאָקס, אַ חסיד צי אַ „ישיבֿישער‟? אין דער הײַנטיקער וועלט זענען די דאָזיקע טערמינען היפּש צעמישט.
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, פֿלעגט מען רופֿן די פֿרומע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר „טראַדיציאָנעלע‟. מיט 50 יאָר צוריק, ווען דאָס וואָרט „אָרטאָדאָקסיע‟ איז אַרײַן אין דער מאָדע, האָט מען צעטיילט די אָרטאָדאָקסישע ייִדן אויף דרײַ גרופּעס: די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן; די ישיבֿישע אָדער חרדישע וועלט, וואָס איר צענטער האָבן פֿאָרגעשטעלט אַזעלכע ישיבֿות פֿונעם ליטווישן אָפּשטאַם, ווי „תּורה ודעת‟, „מיר‟, „טעלז‟, „חיים בערלין‟, דער לייקוווּדער „בית מדרש גבֿוה‟ און אַ גאַנצע ריי אַנדערע. די דריטע גרופּע זענען געווען די חסידים.
די אַלגעמיינע סטרוקטור פֿון דער פֿרומער וועלט איז געבליבן, בעצם, די זעלבע ביז די 1960ער יאָרן, און האָט זיך אַפֿילו נישט געביטן מיט 20 יאָר צוריק אַזוי ממשותדיק, ווי הײַנט. אינעם יאָר 2014 האָבן מיר אין אַמעריקע, לויט מײַן פּערזענלעכן חשבון, זעקס אָרטאָדאָקסישע הויפּט־גרופּעס: די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן; די צענטריסטישע אָדער „סתּם‟־אָרטאָדאָקסיע; די „ליטווישע‟ אָדער „ישיבֿישע‟ ייִדן; פֿאַרשיידענע חסידים; ליובאַוויטש; און סאַטמאַר. די לעצטע צוויי גרופּעס זענען, לויט מײַן מיינונג, דווקאַ נישט חסידים, נאָר עפּעס חידושדיקס.
מיט 60 יאָר צוריק, האָבן די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן געוויזן דער ייִדישער וועלט אַ בײַשפּיל פֿון דעם, ווי אַזוי דאָס זײַן פֿרום קאָן זײַן אַן ערנסט אינטעלעקטועל לעבן, נישט בלויז אַ זאַמלונג פֿון פֿאַרגליווערטע מאָדנע ריטואַלן. הרבֿ יוסף־בער סאָלאָווייטשיק האָט פֿאַרשפּרייט אַ גאַנצע ראַציאָנעלע פֿילאָסאָפֿיע, באַגרינדעט אויפֿן אָפּהיטן די הלכה. אַגבֿ, אין מײַנע קינדער־יאָרן האָבן מיר, געוויינטלעך, זיך באַנוצט מיטן וואָרט „דינים‟. אין די 1950ער און 1960ער יאָרן איז די מאָדערנע אָרטאָדאָקסיע געווען אַ באַוועגונג, וואָס האָט אויסגעזען באַדײַטפֿול אויך פֿאַר וועלטלעכע ייִדן און אַפֿילו פֿאַר דער נישט־ייִדישער וועלט.
שפּעטער, האָבן זיך אָבער אָנגעהויבן צוויי פּראָצעסן, צוליב וועלכע דאָס פּנים פֿון דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע האָט זיך אינגאַנצן געביטן. קודם־כּל, די השפּעה פֿון דער חרדישער ישיבֿה. אַ טייל מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן אָנגעהויבן טראַכטן: „קוקט, ווי שיין דאָס איז — צו זיצן און לערנער תּורה, אַנשטאָט צו גיין זיך לערנען אין אַ קאָלעדזש‟. צווייטנס, האָט זיך די פּאָליטיק פֿון די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן אָנגעהויבן זיך אָפּקערעווען אַלץ ווײַטער אויף רעכטס.
צוליב די דאָזיקע פּראָצעסן, האָבן די מאָדערנע אָרטאָדאָקסטן זיך צעטיילט אין די 1990ער יאָרן אויף די אַזוי־גערופֿענע „צענטריסטישע‟ — בעצם, שטאַרק רעכטע און קאָנסערוואַטיווע, וואָס שייך ישׂראל, בירגערלעכע רעכט און אַנדערע ענינים. ס׳רובֿ אָרטאָדאָקסישע שילן אין אַמעריקע האָבן אַזאַ טעם. מיט צענדליקער יאָר צוריק, האָט מען באַטראַכט די אַלטמאָדישקייט און באַגרענעצטקייט פֿון דער טראַדיציאָנעל־פֿרומער ייִדישקייט ווי אַ חסרון. הײַנט איז עס אָבער געוואָרן דווקא אַ מעלה פֿאַר אַ סך ייִדן, וואָס שאַצן אָפּ דאָס געפֿיל פֿון זיכערהייט, וואָס מע געפֿינט אין אַ פֿרומער קהילה.
די מאָדערנע אָרטאָדאָקסיע פֿונעם אַלטן, מער ליבעראַלן, שניט, ווערט הײַנט רעפּרעזענטירט מיטן קליינעם קרײַז פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס, ווי די פֿרויען־ישיבֿות „דרישה‟ און „ישיבֿת־מהר״ת‟, געמישטע „פּאַרטנערשאַפֿט־מנינים‟, אָדער די ישיבֿה „חובֿבֿי־תּורה‟. דאָס זענען הײַנט די איינציקע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ערטער, וווּ עס פֿילט זיך דער גײַסט פֿון אינטערעסאַנטע און שעפֿערישע חידושים.
די „ישיבֿישע‟ וועלט האָט זיך אַמאָל געדרייט אַרום צענדליקער פֿאַרשיידענע ישיבֿות. הײַנט ווערט זי אָבער אָנגעפֿירט דורך די לייקוווּדער רבנים. אַזעלכע באַקאַנטע ברוקלינער ישיבֿות, ווי „תּורה ודעת‟, „מיר‟ און „חיים בערלין‟, זענען פֿאַקטיש געוואָרן צווײַגן פֿון דער לייקוווּדער ייִדישקייט, מיט שוואַצע היט און דעם אידעאַל צו לערנען תּורה אַ גאַנצן טאָג.
די אַנדערשקייט פֿון די חסידים איז אַמאָל באַשטאַנען פֿונעם טיפֿן לערנען און פֿאָלגן דער תּורה פֿון די חסידישע צדיקים. דער חילוק צווישן לייקוווּד און די הײַנטיקע חסידים — למשל, גערער אָדער באָבאָווער — באַשטייט אָבער, דער עיקר, אינעם מער עמאָציאָנעלן דאַוונען און ספּעציפֿישע בגדים.
ס׳איז אָבער גאַנץ קלאָר, אַז די ליובאַוויטשער זענען נישט קיין חסידים, ווײַל זיי זעען נישט אויס ווי די אַלטע חב״דניקעס אין מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן זיך פֿאָקוסירן אויפֿן לערנען די תּורת־חסידות. להיפּוך, זענען אינעם עיקר־פֿאָקוס פֿון דער הײַנטיקער ליבאַוויטשער באַוועגונג פֿאַרשיידענע פּירסום־קאַמפּאַניעס און די מיסיאָנערישע טעטיקייט.
די סאַטמאַרער זענען אויך נישט קיין חסידים. אַדרבה, זיי זענען נאָך מער „ישיבֿיש‟, ווי לייקוווּד. רבי יואל טייטלבוים, וועלכער האָט אויפֿגעלעבט די דאָזיקע באַוועגונג אין אַמעריקע, האָט זיך אַליין באַטראַכט מער ווי אַ רבֿ, און נישט אַ חסידישער רבי.
מע קאָן טענהן, אַז אַזאַ זעקס־פֿאַכיקע צעטיילונג איז צו קאָמפּליצירט. ס׳איז אָבער נענטער צום אמתן מצבֿ, ווי די 50־יאָריקע פֿאַרעלטערטע טערמינאָלאָגיע.
דזשעראָם כאַנעס איז דער מחבר פֿון פֿיר ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן. אין גיכן גייט אַרויס זײַן נײַ בוך מיטן נאָמען „די צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישקייט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.