איז נײַער קראָקעווער הויפּט־רבֿ אַ סימן פֿון אַ מאַכטקאַמף?

Is New Krakow Chief Rabbi Sign of a Power Struggle?

הרבֿ אליעזר גוראַרי
Forward
הרבֿ אליעזר גוראַרי

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published June 25, 2014, issue of July 18, 2014.

פּונקט פֿאַרן אויפֿטרעטן ווי דער נײַער הויפּט־רבֿ פֿון קראָקע, איז אליעזר גוראַרי פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ גרופּע יונגע דעמאָנסטראַנטן מיט פּראָ־ייִדישע פּלאַקאַטן, „איך האָב ליב ייִדן‟ און „זאָג יאָ צו טאָלעראַנץ‟.

די דעמאָנסטראַנטן פֿאַר דער אַלטער קראָקעווער שיל זענען געווען נישט־ייִדישע אוניווערסיטעט־סטודענטן, וועלכע זענען אויפֿגעבראַכט געוואָרן נאָך דעם ווי גוראַרי האָט אין אַן אינטערוויו מיט דער ישׂראלדיקער נײַעס־סטאַנציע „ערוץ 7‟ דערקלערט, אַז אַלע נישט־ייִדן האָבן פֿײַנט די ייִדן.

גוראַריס קאָמענטאַר, וואָס ער לייקנט (כאָטש די רעקאָרדירונג באַשטעטיקט, אַז ער האָט עס יאָ געזאָגט) האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקן פּראָטעסט בײַ די אָרטיקע ייִדן. יונתן אָרנשטיין, דער דירעקטאָר פֿון דעם ייִדישן קהילה־צענטער אין קראָקע, האָט גערופֿן גוראַרי צו דעמיסיאָנירן, צוליב זײַן „ליגן זאָגן‟ וועגן דעם קאָמענטאַר.

דער אינטערוויו מיט גוראַרי — אַ חב״ד רבֿ, וועלכער וווינט שוין אין קראָקע אַכט יאָר לאַנג, האָט אין כּעס געמאַכט די ייִדישע אײַנוווינער, ווײַל זײַן צוגאַנג צו די נישט־ייִדן איז גאָר אַנדערש, ווי די שטעלונג פֿונעם פֿריִערדיקן הויפּט־רבֿ. בועז פּאַש איז געווען אַ פּאָפּולערע פֿיגור, באַקאַנט פֿאַר זײַן פֿרײַנדלעכקייט צו נישט־ייִדן, וועלכע האָבן ייִדישע וואָרצלען.

פּאַש האָט רעזיגנירט פֿאַראַיאָרן, און זײַנע שטיצער טענהן, אַז די כּלל־טוער האָבן אויסגעקליבן אויף זײַן אָרט אַ רבֿ, וואָס וועט נישט צוציִען מער מענטשן צו דער קהילה — אָדער צו זייער ממשותדיקן פֿאַרמעגן. „ס׳איז אַן ענין פֿון קאָנטראָל,‟ האָט דערקלערט אַנאַ מאַקאָווקאַ קוואַפּיסיעוויטש, פּאַשס געוועזענע אַסיסטענטקע און מיטגרינדער פֿון „טשאָלנט‟ — אַן אָרגאַניזאַציע פֿון יונגע קראָקעווער ייִדן.

שוין צענדליקער יאָרן וואָס די קהילה אין קראָקע געפֿינט זיך אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער משפּחה יאַקובאָוויטש. דער איצטיקער פּרעזידענט איז טאַדיוש יאַקובאָוויטש, אַ 75־יאָריקער מוזיקאָלאָג, וועלכער פֿירט אָן מיט דער קהילה זינט 1997. זײַן פֿעטער, טשעסלאָוו איז דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט, און זײַן טאָכטער, העלענאַ, איז הײַנט די וויצע־פּרעזידענטין און די פֿאַרוואַלטערין איבער דעם גרונט־מיסחר, וואָס די קהילה פֿאַרמאָגט. העלענאַס געליבטער, קובאַ לעווינגער, אַ געשעפֿטסמאַן און פֿאַבריק־אייגנטימער, פֿירט אָן מיט דער 371־יאָריקער „קופּאַ שיל‟.

„די משפּחה האָט באַזײַטיקט דעם אויסערגעוויינטלעכן הרבֿ פּאַש, ווײַל ער האָט אַרײַנגעבראַכט צו פֿיל נײַע פּנימער, און זיי האָבן דערפֿילט, אַז זיי פֿאַרלירן דעם קאָנטראָל,‟ האָט אָרנשטיין געזאָגט. „זיי האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ רבֿ, וואָס האַלט, אַז מע דאַרף זיך אָפּזינדערן פֿון די נישט־ייִדן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זייער דינאַסטיע זאָל נישט אונטערגיין. דערפֿאַר זענען מיר אַזוי אויפֿגעבראַכט.‟

לעווינגער האָט געלייקנט די באַשולדיקונג, טענהנדיק, אַז „כּמעט יעדער איינער‟ קען זיך אָנשליסן אין דער קהילה, אויב ער האָט אַ ייִדישן טאַטן אָדער מאַמע. „מיר באַמיִען זיך אויפֿצוהאַלטן אַן אויטענטישע ייִדישע קהילה, אַנשטאָט צו פֿאַרוואַנדלען די קהילה אין אַ טוריסטן־אויסשטעלונג פֿאַר די נישט־ייִדן, אַזוי ווי ס׳איז געוואָרן מיט אָרנשטיינס קהילה־צענטער.‟

זינט די 1990ער יאָרן האָט די פּוילישע מלוכה געשאָנקען דער קהילה עטלעכע פֿאַרמעגנס פֿאַרגיטיקונג, וואָס מע האָט געהאַט צוגעגנבֿעט בײַ די ייִדן בעת דעם חורבן. לויט אַ געוועזענעם קהילה־פֿירער, פֿאַרמאָגט די אָרגאַניזאַציע צענדליקער פֿאַרמעגנס, מיט אַ ווערט פֿון מער ווי 10 מיליאָן דאָלאַר.

„פּאַש איז געווען מער פֿאַראינטערעסירט מיט צוציִען די נישט־ייִדן, ווי מיט די ייִדן פֿון זײַן אייגענער קהילה,‟ האָט לעווינגער געזאָגט. „ער איז קיין מאָל נישט געווען אין שיל.‟ לעווינגער איז געווען ספּעציעל דענערווירט וואָס פּאַש פֿלעג אָנפֿירן מיט סעמינאַרן אויף ייִדישע טעמעס אין די שענקען אין קאַזימיערץ, דער אַמאָליקער ייִדישער קוואַרטאַל, וואָס איז הײַנט באַקאַנט פֿאַר זײַן פּאָפּולערן נאַכטלעבן. פּאַש האָט אַפֿילו אָנגעפֿירט מיט ייִדיש געזאַנג בציבור אין די שענק.

„איך וויל נישט זײַן סתּם אַ קוריאָז, ווי אין אַ גלעזערנער שטײַג,‟ האָט לעווינגער באַמערקט. „מיר איז גענוג צו גיין אין שיל און געפֿינען דאָרט אַ רבֿ.‟