די וויכטיקסטע דאַטע, וואָס ווערט אָפּגעמערקט אין רוסלאַנד די טעג, איז דער 22סטער יוני. אין דעם טאָג, מיט 73 יאָר צוריק, איז דאָס נאַצישע דײַטשלאַנד באַפֿאַלן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער טאָג איז אין רוסלאַנד געוואָרן אַ טאָג פֿון זכּרון און טרויער. אינעם חב״ד־צענטער „שערי צדק‟ איז פֿאָרגעקומען אַן אָוונט לכּבֿוד דער דאַטע. אַ לערער פֿונעם צענטער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער באַטייליקונג פֿון די סאָוועטישע ייִדן אין דער מלחמה, און וועגן זייער בײַטראַג אין דעם נצחון. נאָכדעם איז געוויזן געוואָרן דער פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר עלעם קלימאָוו „גיי און זע‟. דער פֿילם איז געמאַכט געוואָרן בעת דער „פּערעסטרויקע‟ און דערציילט וועגן דער וועלט־מלחמה אויף אַ גאָר אומאָפֿיציעלן אופֿן. די האַנדלונג אַנטוויקלט זיך אין ווײַסרוסלאַנד, אין 1943. אַלע געשעענישן ווערן געוויזן דורך די אויגן פֿון אַ ווײַסרוסיש ייִנגל, וואָס איז צופֿעליק געוואָרן אַן עדות פֿון נאַצישער אכזריותדיקייט. פֿאַר 2 טעג האָט דאָס ייִנגל זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ זקן. דער פֿילם „גיי און זע‟ איז אָנערקענט געוואָרן ווי דער בעסטער פֿילם פֿאַרן יאָר 1986.
דאָס רוסיש־ייִדישע קולטור־לעבן פֿאָקוסירט זיך די טעג מער אויף ישׂראל.
קודם־כּל, איז קיין ישׂראל אָנגעקומען דער וויכטיקער קולטור־פּראָיעקט אין רוסלאַנד, „אשכּולות‟. דעם 25סטן יוני, האָט זיך אָנגעהויבן דער פֿעסטיוואַל פֿונעם „פּאַמעלעכן לייענען‟. דער עולם איז צעטיילט געוואָרן אויף 3 גרופּעס. זיי אַלע וועלן אַנאַליזירן טעקסטן וועגן ירושלים. איין גרופּע וועט לייענען און פֿאָרשן ביכער פֿון תּנ״ך און אַפּאָקריפֿן — טעקסטן פֿון דער תּקופֿה פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש; די צווייטע וועט באַטראַכטן קבלישע און קריסטלעכע מיסטישע טעקסטן; און די דריטע גרופּע וועט שטודירן דעם פֿוטוראָלאָגישן ראָמאַן „ירושלים הבנויה‟ — „ירושלים, די ווידער־אויפֿגעבויטע שטאָט‟, וואָס האָט אין 1918 אָנגעשריבן באָריס ש״ץ, דער גרינדער פֿון „בצלאל‟. ער באַשרײַבט דאָס לעבן אין ירושלים אין יאָר 2018, אַזוי ווי ער שטעלט זיך עס פֿאָר.
די אידעע פֿונעם פֿעסטיוואַל איז צו פֿאַרבינדן דעם געשריבענעם טעקסט מיט דער לאַנדשאַפֿט, אָדער, אַזוי צו זאָגן, מיט דעם שטאָטישן טעקסט. אַחוץ די לעקציעס, זענען דאָ אין דער פּראָגראַם „ליטעראַרישע שפּאַצירן‟: מע וועט באַזוכן אַלע באַשריבענע ערטער און רעדן וועגן זייער געשיכטע. עס וועלן אויך זײַן קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק פֿון דער גאַנצער וועלט.
נאָך אַן אונטערנעמונג, וואָס האָט צונויפֿגעזאַמלט אין ישׂראל יונגע כּוחות פֿונעם רוסישן ייִדנטום, און דווקא די, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש, איז די ייִדישע זומער־פּראָגראַם בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וואָס ווערט געשטיצט פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר פֿונדאַציע און בית שלום־עליכם.
קיין תּל־אָבֿיבֿ זענען געקומען אַ צענדליק רוסישע ייִדישיסטן: סטודענטן, וואָס לערנען זיך ייִדיש; ספּעציאַליסטן, וואָס דאַרפֿן ייִדיש בײַ דער אַרבעט, און לערער. די לימודים אין תּל־אָבֿיבֿ זענען אָנגעזעטיקט: יעדן טאָג ווערן געפֿירט 2 שפּראַך־קלאַסן און, אַחוץ־דעם, רעפֿעראַטן אָדער שמועס־קרײַזן.
מאָנטיק דעם 23סטן יוני האָט זיך אין מאָסקווע געעפֿנט אַ קאָנפֿערענץ „איסאַק באַבעל אינעם היסטאָרישן און ליטעראַרישן קאָנטעקסט‟. די אָרגאַניזאַטאָרן זענען: דער אינסטיטוט פֿון אַלוועלטלעכער ליטעראַטור אויף מאַקסים גאָרקיס נאָמען, דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי און דער מלוכישער ליטעראַרישער מוזיי. אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע איז אויך געקומען באַבעלס טאָכטער, לידיאַ איסאַקאָוונאַ באַבעל.
אַ ריי רעפֿעראַטן זענען געווידמעט דער ייִדישער טעמע בײַ באַבעלן און זײַן פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, מיט שלום־עליכם. עס זענען אָנגעקומן באַרימטע פּראָפֿעסאָרן, בתוכם דער וועלט־באַרימטער פֿילאָלאָג און לינגוויסט אַלכּסנדר זשאָלקאָווסקי און עטלעכע באַקאַנטע געלערנטע פֿון ישׂראל: סטיוו לעווין, זאבֿ בר־סלע און מיכאַיל ווײַסקאָפּף.
אין די ראַמען פֿון דער קאָנפֿערענץ וועט דאָנערשטיק דעם 26סטן יוני פֿאָרקומען אין דעם ייִדישן מוזיי אַן עפֿענונג־צערעמאָניע: אַן אויסשטעלונג פֿון אילוסטראַציעס צו באַבעלס זאַמלבוך „רײַטער־אַרמיי‟, וואָס ס׳האָט געצייכנט יעפֿים לאַדיזשענסקי. ס‘וועלן אויך פֿאָרגעשטעלט ווערן נײַע ביכער וועגן באַבעלס ווערק.
דינסטיק דעם 24סטן יוני האָט מען אין פּעטערבורג דעמאָנסטרירט אַ פֿילם וועגן דער באַרימטער ישׂראלדיקער פּאָעטעסע, לאה גאָלדבערג. דאָס ווײַזן דעם פֿילם איז פֿאָרגעקומען אין די ראַמען פֿון פּעטערבורגער קולטור־אונטערנעמונג „אַכמאַטאָווער טעג‟ — אַ פֿעסטיוואַל, געווידמעט דער רוסישער דיכטערין אַנאַ אַכמאַטאָוואַ: זי האָט דאָך געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער ישׂראלדיקער פּאָעזיע פֿון די 1940ער און 1950ער יאָרן, און אויף לאה גאָלדבערג בפֿרט.
דער פֿילם הייסט „לאה גאָלדבערגס פֿינף הײַזער‟. עס ווערט דערציילט דער דיכטערינס ביאָגראַפֿיע מיטן פֿאָקוס אויף פֿינף הײַזער אין פֿאַרשיידענע לענדער, וווּ זי האָט געוווינט. מע ווײַזט אינטערוויוען מיט גאָלדבערגס חבֿרים, פֿראַגמענטן פֿון דאָקומענטאַרע פֿילמען, עס ווערן פֿאָרגעלייענט אויסצוגן פֿון אירע בריוו און ביכער.
דער רעזשיסאָר יאיר קעדאַר האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן פֿילם און געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס פֿונעם עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.