דעם 24סטן יוני, האָט די ייִט״אַ דערציילט, אַז רבֿקה שטיין, אַ 24־יאָריקע פֿרומע ייִדישע פֿרוי פֿון ברוקלין, האָט אָנגעהויבן אַן אינטערנעץ־קאַמפּאַניע אין די סאָציאַלע נעצן, האָפֿנדיק צו צווינגען איר מאַן, דעם 31־יאָריקן יואל ווײַס, צו געבן איר אַ גט. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָבן אירע פֿרײַנד געשאַפֿן אַ ספּעציעל זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟, האָפֿנדיק צו לייזן די סיטואַציע.
מיט זעקס יאָר צוריק, האָט רבֿקה שטיין, דעמאָלט אַ 18־יאָריק מיידל, חתונה געהאַט אונטער דער חופּה מיט ווײַסן און האָט אומפֿאָרמעל אָנגענומען זײַן פֿאַמיליע־נאָמען. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך קיינמאָל נישט געווענדט צו דער רעגירונג פֿאַרן אָפֿיציעלן חתונה־דאָקומענט, דערפֿאַר בלײַבט זייער געזעצלעכער סטאַטוס אומקלאָר.
אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַטל, טענהט שטיין, אַז איר מאַן האָט זי געשלאָגן, פֿאַרגוואַלדיקט און געהאַלטן אונטער אַ שטרענגן אויפֿזיכט. ווײַס לייקנט אָפּ די דאָזיקע באַשולדיקונגען. דאָס פּאָרפֿאָלק איז זיך צעגאַנגען מיט צוויי יאָר צוריק.
ווײַטער, טענהט שטיין אויף דער אינטערנעץ, אַז דער בעל־הבית פֿון דער קעלער־דירה אין באָראָ־פּאַרק, אַ פֿרומע געגנט פֿון ברוקלין, האָט זי אַרויסגעוואָרפֿן צוליב די דראָונגען מצד איר מאַן. נישט לאַנג צוריק האָט זי איבערגעגעבן דער ניו־יאָרקער צײַטונג „דיילי ניוז‟ אין אַן אינטערוויו, אַז זי האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דער ברוקלינער קרײַז־פּראָקוראַטאָר, כּדי צו באַשולדיקן ווײַסן אין פֿאַרברעכנס.
פֿון זײַן צד, האָט ווײַס געזאָגט „דיילי ניוז‟, אַז ער וועט מסכּים זײַן זיך צו גטן, ווען דאָס פּאָרפֿאָלק וועט אויסגלײַכן די פֿראַגעס וועגן דעם קאָנטראָל איבער זייערע צוויי קינדער דורך אַ משפּחה־געריכט.
לויטן אַרטיקל אין „דיילי ניוז‟, האָט שטיין שוין געפּרוּווט זיך צו גטן דורך אַ בית־דין — אָבער אָן דערפֿאָלג. לויט אירע ווערטער, האָט דער מאַן זי אַמאָל געגעבן אַ קלאַפּ אינעם בויך, ווען זי האָט געטראָגן אַ קינד. נאָך אַזעלכע מעשׂים, איז זי פֿון אים אַנטלאָפֿן, אָבער לכתּחילה נישט געטראַכט אָנצוקלאָגן קעגן אים אין געריכט.
אין איר שמועס מיט „דיילי ניוז‟, האָט זי דערקלערט, אַז זי האָט געשאַפֿן דאָס אינטערנעץ־זײַטל, כּדי „נישט בלויז זי, נאָר אויך אַנדערע פֿרויען זאָלן נישט לײַדן פֿון אַזאַ פּראָבלעם‟. איר מאַן, וועלכער פֿירט איצט אָן מיט אַ קאָמפּיוטערײַ־פֿירמע, וואַרפֿט אָפּ אירע טענות קעגן אים און באַטאָנט, אַז ער וויל אויך אַרויסקריכן פֿונעם פֿאַרשלעפּטן מחלוקת, ווען דאָס משפּחה־געריכט וועט לייזן די סיטואַציע. הגם אַ ייִדישע רעליגיעזע חתונה האָט נישט קיין ווערט לויטן געזעץ, קאָנען די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן פֿאָרט אָנערקענען די כּתובה ווי אַן ערנסטן קאָנטראַקט.
דאָס זײַטל אויפֿן פֿייסבוק, וואָס הייסט „ראַטעוועט רבֿקי‟, האָט שוין צוגעצויגן איבער 7,400 שטיצער. דערצו, האָט זי אויך געשאַפֿן אַ באַזונדערע וועבזײַט מיטן זעלבן נאָמען — redeemrivky.com — וווּ זי האָט אַרויסגעשטעלט פֿאַרשיידענע דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט דעם חרם („כּתבֿ סירובֿ‟) פֿון אַ בית־דין, וועלכער האָט באַשלאָסן, אַז יואל ווײַס מוז מסכּים זײַן צו געבן זײַן ווײַב אַ גט; דער מאַן האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט זיך צו באַווײַזן אינעם בית־דין. לויט אַן אַנדער דאָקומענט פֿון שטיינס וועבזײַט, איז ווײַס קיינמאָל נישט געווען פֿרום במשך פֿונעם צוזאַמענלעבן מיט זײַן פֿרוי.
דאָס צעקריגטע פּאָרפֿאָלק האָט אויך אַרויסגעשטעלט אויפֿן „יוטוב‟ אַ גאַנצע סעריע ווידעאָ־מאַטעריאַלן. רבֿקה שטיין טרעט אויף במשך פֿון זיבן מינוט מיט אַ רעדע, אין וועלכער זי דערציילט, ווי ווײַס האָט זיך איזדיעקעוועט איבער איר. פֿון זײַן צד, האָט ווײַס אַרויסגעשטעלט אַ ריי פֿילמען וועגן די גליקלעכע מאָמענטן פֿון זייער לעבן: ווי זיי האָבן חתונה געהאַט, געריטן צוזאַמען אויף די פֿערד און געשפּילט מיט די קינדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.