לויטן נײַעם ישׂראלדיקן געזעץ, איז דער 30סטער נאָוועמבער באַשטימט געוואָרן ווי אַ נײַער נאַציאָנאַלער טאָג; אין דעם טאָג וועט מע דערמאָנען, ווי מע האָט פֿאַרטריבן די ייִדן פֿון די אַראַבישע לענדער נאָכן יאָר 1948, ווען מדינת־ישׂראל האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט. יעדעס יאָר, פּלאַנירט די רעגירונג זיך צו פֿאָקוסירן אויף די פּראָבלעמען פֿון די מיזרחדיקע ייִדן פֿונעם מיטל־מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, און צו באַקענען די יונגע ישׂראלים מיט זייער געשיכטע.
הגם די מיזרחדיקע ייִדן באַטרעפֿן הײַנט אַ העלפֿט פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג, זענען זיי במשך פֿון צענדליקער יאָר געווען איגנאָרירט און באַטראַכט ווי אַ זײַטיקער עלעמענט. אויפֿן ערשטן בליק, וואָלט איך אויך געדאַרפֿט זײַן צופֿרידן מיטן נײַעם געזעץ. פֿונעם טאַטנס צד, שטאַמט מײַן משפּחה פֿון איראַק, און פֿון דער מאַמעס צד — פֿון מאַראָקאָ. מײַנע טאַטע־מאַמע זענען טאַקע געווען צווישן די, וואָס זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון די דאָזיקע לענדער אין די מהומהדיקע 1950ער יאָרן.
פּערזענלעך, וואָלט איך געדאַרפֿט זיך פֿרייען, אַז די טרויעריקע געשיכטע פֿון מײַן משפּחה, און פֿון טויזנטער אַנדערע מיזרחדיקע ייִדן, וועלן פֿון איצט אָן דערמאָנט ווערן בעת אַ ספּעציעלער יערלעכער אָנדענק־דאַטע. איך בין אָבער נישט צופֿרידן, ווײַל איך זע די קרומע כּוונה, וואָס באַהאַלט זיך הינטער דעם נײַעם געזעץ. די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿירט אַ גרויסע פּאָליטישע קאַמפּאַניע, כּדי מע זאָל נישט אָנערקענען די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים, וועלכע זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם שטח, וווּ מע האָט געגרינדעט די איצטיקע מדינת־ישׂראל. דערפֿאַר האָט זי באַשלאָסן זיך צו פֿאָקוסירן מער אויף די צרות פֿון די ייִדישע פּליטים, וועלכע האָבן געמוזט אַנטלויפֿן פֿון די אַראַבישע לענדער.
ווי אַזוי זאָל איך וויסן די כּוונות פֿון די, וואָס האָבן אײַנגעפֿירט דעם נײַעם אָנדענק־טאָג? אפֿשר, האָבן זיי געהאַט גאַנץ נייטראַלע מאָטיוון? למעשׂה, האָבן זיי נישט אויסבאַהאַלטן זייער פּאָליטישע מאָטיוואַציע און דערקלערט עס גאַנץ קלאָר אַליין. שמעון אוחיון, אַ כּנסת־דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי „ישׂראל ביתנו‟, האָט בפֿירוש געזאָגט אין אַ שמועס מיט דער צײַטונג „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟, אַז דער נײַער געזעץ איז „אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער קאַמף קעגן די, וואָס אָנערקענען נישט אונדזערע לעגימיטע רעכט צו געפֿינען זיך אינעם לאַנד און אונדזערע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען דערמיט‟.
אין זײַן שמועס מיט דער צײַטונג „מעריבֿ‟, האָט אוחיון ווײַטער דערקלערט, אַז די ייִדישע תּושבֿים זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון די אַראַבישע לענדער „אָן קיין סיבה — בלויז צוליב דעם, וואָס זיי זענען געווען ייִדן‟. דערפֿאַר, האָט ער צוגעגעבן, מוז די אַראַבישע וועלט אָנערקענען איר אַחריות פֿאַר דעם, וואָס ס׳איז געשען מיט די אוראַלטע מיזרחדיקע ייִדישע קהילות.
די אָנדענק־דאַטע פֿון דער פּאַלעסטינער טראַגעדיע, באַקאַנט ווי דער „נאַקבאַ־טאָג‟, מערקט מען, געוויינטלעך, אָפּ דעם 15טן מײַ. אַ דאַנק דעם סתּירותדיקן ישׂראלדיקן געזעץ, איז געוואָרן אומגעזעצלעך אָפּצומערקן דעם דאָזיקן טאָג בפֿרהסיה. עס באַקומט זיך עפּעס נישט שיין. די פּאַלעסטינער טאָרן זיך נישט דערמאָנען וועגן דעם, ווי אַזוי מע האָט זיי פֿאַרטריבן פֿון זייער היים, און פּונקט צוליב דעם האָט מען אײַנגעפֿירט אַ צווייטן געזעץ, לטובֿת די מיזרחדיקע ייִדן.
אַזאַ אָנדענק־טאָג וויל איך נישט! צוערשט, שאַפֿט אָפּ דעם פֿאַרווער קעגן דעם פּאַלעסטינער „נאַקבאַ־טאָג‟ — דעמאָלט קאָן מען שוין רעדן וועגן דעם נאַציאָנאַלן אָנדענק־טאָג פֿון די אַראַביש־ייִדישע פּליטים. אויב נישט, בלײַבט עס פּשוט אומיורשדיק, אויב אַפֿילו מע וועט פּראַווען אַ יום־טובֿ לכּבֿוד אונדז, די מיזרחדיקע ייִדן, זיבן טעג אַ וואָך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.