„װאָדקאַ און רײַז‟ איז אַ פֿילם, װאָס באַשרײַבט דאָס ייִדישע לעבן אין כאַרבין, כינע — אַ שטאָט אין מאַנטשוריע, װאָס די ייִדן האָבֿן אָנגעהויבן צו באַװוינען סוף 19טן יאָרהונדערט. מאָנטיק, דעם 23סטן, האָט מען געװיזן דעם פֿילם אין זאַל פֿון בוענאָס־אײַרעסער ייִװאָ.
מיט מאַטעריאַלן פֿון ייִװאָ־אַרכיװ, אינטערװיוען, װאָס דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ האָט געמאַכט אין ישׂראל מיט כאַרבינער, דערציילט דער פֿילם די געשיכטע פֿון דער משפּחה סאַמסאָנאָװיטש, איינע פֿון די רײַכע משפּחות אין פּעטערבורג, גוט באַפֿרײַנדעט מיט די צאַרן, מיט װעלכע זיי האָבן געהאַנדלט. פּונקט װי מיט די גינזבורגס, די בראָדסקיס און די װיסאָצקיס, האָבן זיי נאָך דער באָלשעװיסטישער רעװאָלוציע זיך באַזעצט דעפֿיניטיװ אין כאַרבין, שאַנכײַ און סעול, וווּ זיי האָבן אַריבערגעפֿירט זייערע אינדוסטריעס און געשעפֿטן; און שפּעטער ישׂראל, מאָנטעװידעאָ און בוענאָס־אײַרעס, וווּ עס װוינט אַן אָפּצװײַג פֿון דער משפּחה.
נאָך דעם פֿילם האָבן די רעזשיסאָרין מאַרטאַ װאָלף און דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ געשמועסט מיטן עולם און אויפֿגעקלערט אַספּעקטן פֿון דעם אינטערעסאַנטן קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין דער שטאָט כאַרבין, װאָס אין די בליִענדיקע צײַטן האָבן דאָרט געוווינט 30.000 ייִדן; עס זענען געדרוקט געוואָרן 5 ייִדישע צײַטונגען, און אַ סך טרופּעס פֿון ייִדישן טעאַטער האָבן דאָרט גאַסטראָלירט בײַ געפּאַקטע זאַלן. דער אָװנט איז געשלאָסן געװאָרן מיט אַ לחיים, מיט װאָדקאַ, פֿאַרשטייט זיך.
דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס האָט באַזוכט ישׂראל, וווּ ער איז אויפֿגענומען געװאָרן פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. באַגלייט פֿון שטאָט־דעפּוטאַט הרבֿ סערזשיאָ בערמאַן און דעם סעקרעטאַר פֿאַר מענטשנרעכט, קלאַודיאָ אַװרוך, האָט דער אינזש׳ מאַוריציאָ מאַקרי צוגעזאָגט צו טאָן אַלץ װאָס ער קען, אָפּצושאַפֿן דעם אָפּמאַך מיט איראַן, אויב ער װעט אויסגעװיילט װערן װי דער אַרגענטינער פּרעזידענט אין די װאַלן פֿון 2015.
פֿאַרן פֿוסבאָל־מאַטש צװישן אַרגענטינע און איראַן, שבת דעם 21סטן, האָבן אַ פּאָר הונדערט ייִדן דעמאָנסטרירט פֿאַרן סטאַדיאָן מיט פּלאַקאַטן קעגן איראַן און באַשולדיקט די איראַנער רעגירונג אינעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה.
אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט, װאָס געפֿינט זיך אין בראַזיל, האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט זיך געטראָפֿן צופֿעליק מיט די איראַנער, און װען ער האָט זיי צוּװיסן געגעבן, אַז ער איז אַ ישׂראלי, האָבן זיי אים באַגריסט און צו אים געזאָגט „ישׂראל איז גוט‟. אַן אַנדערער האָט דערקלערט: „ישׂראל און איראַן זײַנען ברידער‟ — און אַן אַנדערער האָט צוגעגעבן: „נישט געזאָרגט, ישׂראל װעט זיך זיכער באַטייליקן אין 4 יאָר אַרום. מיר װייסן, אַז מיר װעלן ניט געװינען, אָבער מיר זײַנען געקומען צו געניסן פֿון די ספּעקטאַקלען‟. אַן אַנדער זײַט פֿון דער מטבע.
דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער, האָט זיך געטראָפֿן מיטן אַמבאַסאַדאָר פֿון דער שװייץ. זיי האָבן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט.
מאָנטיק, דעם 23סטן האָט זיך אָנגעהויבן דער ערשטער קורס „אָן לײַן‟ (דורך קאָמפּיוטער) װאָס די בוענאָס־אײַרעסער קהילה אָרגאַניזירט. די טעמע איז „ייִדישע קונסט — פֿון דער עמאַנציפּאַציע ביז דער צװייטער װעלט־מלחמה‟. די פּראָפֿ׳ תּמרה כּהן פֿירט אָן מיט די לעקציעס. די אָנטיילנעמער װעלן באַקומען די מאַטעריאַלן און די צוגעפּאַסטע ביבליאָגראַפֿיע דורך דער אינטערנעץ. דער קורס איז אַן אומזיסטער און שנעל איז געשלאָסן געװאָרן די אײַנשרײַבונג, װײַל די צאָל אָנטיילנעמער איז אַ באַגרענעצטע.
אין דעם ייִדישן מוזיי אין קאָנקאָרדיאַ, פּראָװינץ ענטרע ריאָס, האָט זיך אָנגעהויבן דער סעמינאַר „דער חורבן און די ייִדישע גאַוטשן‟. אָנגעפֿירט פֿון ליצ’ אַלעכאַנדראָ כאַװיער פֿרונצערי און אַדאָלפֿאָ גאָרסקין, האָט מען באַהאַנדלט, װי אַזוי האָט די צװייטע װעלט־מלהמה זיך אָפּגערופֿן אין די ייִדישע קאָלאָניעס, די באַציִונגען מיט די מוסולמענער און דער אָנהייב פֿון ייִדיש־קריסטלעכן דיאַלאָג בעת די שוידערלעכע צײַטן.
דער דעפּאַרטאַמענט פֿאַר סאָציאַלער הילף פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט, מיט דער שטיצע פֿון דער באַנק פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס, מיט 3 יאָר צוריק אָרגאַניזירט אַן אָרקעסטער פֿאַר קינדער פֿון אומפֿאַרמעגלעכע עלטערן פֿון צװיי אָרעמע געגנטן פֿון דער פּראָװינץ.
60 קינדער אין עלטער פֿון 6 ביז 14 יאָר באַקומען זייערע אינסטרומענטן (פֿידל, װיאָלאָנטשעל, קאָנטראַבאַס, פֿלייט און אַנדערע אינסטרומענטן), זיי באַקומען לעקציעס און מאַכן פּראָבעס יעדן מיטװאָך אין דער קהילה. די דערציִערישע אונטערנעמונג איז אַ מוסטער און אַ שעפֿערישער באַװײַז, ווי אַזוי אײַנצופֿלאַנצן אין די קינדער התמדה און קאָמפּראָמיס, און זיי באַזאָרגן מיט כּלים פֿאַר זייער אינטעלעקטואַלער צוקונפֿט. די קאָנצערטן װערן אָפּגעשאַצט אין אַלע אויפֿטריטן זייערע, און דאָס איז אויך אַ מיטל פֿאַרן מולטי־קולטוראַליזם. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך ייִדישע מוזיק װערט געשפּילט פֿונעם אָרקעסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.