ווען די ערשטע וועלט־מלחמה איז אויסגעבראָכן מיט 100 יאָר צוריק, האָט אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, פֿאָרויסגעזאָגט, אַז עס וועט פֿאַרגאָסן ווערן אַ סך בלוט, און צוגעגעבן, אַז אַ נײַע מלחמה מיינט, אַז די וועלט וועט אַראָפּפֿאַלן צוריק אינעם חושך. דעם 28סטן יוני, 1914, האָט מען דערמאָרדעט דעם עסטרײַכישן ערצהערצאָג, פֿראַנץ פֿערדינאַנד. זײַן טויט האָט געדינט ווי אַ פֿונק, פֿון וועלכן עס האָט זיך דאָס מלחמה־פֿײַער צעצונדן איבער דער וועלט.
קאַהאַן איז אויפֿגעטראָטן קעגן דער מלחמה צוליב זײַנע סאָציאַליסטישע פּרינציפּן. אַזוי ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן אין יענער תּקופֿה און ס׳רובֿ אַמעריקאַנער בכלל, האָט ער געהאַלטן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל זיך נישט אַרײַנמישן אינעם בלוטבאָד. פֿונדעסטוועגן, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן זיך יאָ אַרײַנגעמישט, פֿון אָנהייב אָן, גאַנץ אַקטיוו אינעם עקאָנאָמיש־הומאַניטאַרן אַספּעקט פֿון דער סיטואַציע, העלפֿנדיק די הונגעריקע ייִדן אין פּאַלעסטינע און די אָרעמע און חרובֿ־געוואָרענע לענדער אין דער צענטראַלער און מיזרח־אייראָפּע.
אינעם יאָר 1917, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג זיך אָנגעשלאָסן אין דער מלחמה, און די ייִדישע בירגער האָבן געמוזט דינען אין דער אַרמיי. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד האָבן אַ סך ייִדישע סאָלדאַטן — אַרום 200,000 נפֿשות — געדינט אינעם אַמעריקאַנער מיליטער.
די ערשטע וועלט־מלחמה האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף די אַמעריקאַנער ייִדן — אויף זייער זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע, זייערע ווערטן און זייער אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. דניאל סויער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אַמעריקע בײַם פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, האָט געזאָגט, אַז די ערשטע וועלט־מלחמה איז געווען, אין געוויסע אַספּעקטן, פּונקט אַזוי וויכטיק פֿאַר דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, ווי די צווייטע. צוליב דעם שוידערלעכן נאַצי־חורבן, האָט מען אָבער פֿאַרגעסן וועגן דעם.
במשך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, זענען די אַמעריקאַנער ייִדן געוואָרן באַקאַנט אין דער וועלט ווי גרויסע פֿילאַנטראָפּן. רבֿקה קאָברין, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דער ייִדישער געשיכטע אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט דערקלערט, אַז הגם אייראָפּע איז געבליבן אין יענער תּקופֿה דער דעמאָגראַפֿישער וועלט־צענטער פֿון ייִדן, האָט אַמעריקע באַקומען די רעפּוטאַציע פֿון אַ גרויסן ייִדישן פֿינאַנציעלן און אינסטיטוציאָנעלן צענטער.
בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן אויך אָנגעהויבן זיך פֿילן נישט בלויז ווי אימיגראַנטן, נאָר ווי אַן אינטעגראַלער עלעמענט פֿונעם לאַנד. דאָס וויכטיקסטע איז אָבער געווען דאָס, וואָס די מלחמה האָט פֿאַראייניקט פֿאַרשיידענע מינים ייִדן — דײַטשישע, מיזרח־אייראָפּעיִשע, אָרטאָדאָקסישע, רעפֿאָרמער, סאָציאַליסטן — אינעם העלפֿן זייערע ברידער אין פּאַלעסטינע און אייראָפּע. דער „דזשוינט‟ רעפּרעזענטירט אַ מעכטיקן און וויכטיקן מוסטער פֿון אַזאַ אַחדות.
אינעם 1917 איז אויסגעבראָכן די פֿעברואַר־רעוואָלוציע אין רוסלאַנד. פּלוצעם איז די רוסישע אימפּעריע געוואָרן אַ דעמאָקראַטישע מלוכה. די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט זיך, פֿון דער צווייטער זײַט, אַרײַנגעמישט אין דער מלחמה אויף דער ענגלישער, פֿראַנצויזישער און רוסישער זײַט. די דאָזיקע צוויי געשעענישן האָבן געביטן דאָס פּנים פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער „נײַער וועלט‟.
הגם בעת די מלחמה־יאָרן האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן אָנגעהויבן זיך פֿילן ווי עכטע אַמעריקאַנער, האָט די סימפּאַטיע פֿון אַ סך ייִדישע לינקע צום ראַטן־פֿאַרבאַנד אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם אינעם לאַנד. אַזעלכע אַנטיסעמיטישע גרופּעס, ווי „קו־קלוקס־קלאַן‟, און אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי הענרי פֿאָרד, האָבן באַשולדיקט די ייִדן אין אַ קאָמוניסטישער קאָנספּיראַציע. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אויך געליטן דערפֿון; אָנהייבנדיק פֿון אָקטאָבער 1917, האָט די צײַטונג געמוזט איבערזעצן אויף ענגליש אַלע אַרטיקלען, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו דער מלחמה, כּדי די צענזור זאָל קענען בודק זײַן זייער אינהאַלט. פֿונדעסטוועגן, איז אַב. קאַהאַן געבליבן אין יענער צײַט איבערגעצײַגט, אַז אין אַמעריקע, אין פֿאַרגלײַך מיטן דעספּאָטישן און אַנטיסעמיטישן רוסלאַנד, האָבן די ייִדן געפֿונען אַן אמתע היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.