אין די װערק פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס זײַנען דערשינען גלײַך נאָך דער מלחמה, איז פֿאַראַן אײן בולטער מאָטיװ. אַ ייִדישער סאָלדאַט קומט צוריק פֿונעם פֿראָנט אין זײַן הײמשטאָט און געפֿינט אַ לעבעדיקן ייִדישן נפֿש. דאָס איז אַ פֿרױ, װאָס האָט על־פּי־נס איבערגעלעבט דעם חורבן. זײ זײַנען אַ מין אָדם און חװה, די לעצטע פֿאַרבליבענע ייִדן, פֿון װעמען עס דאַרף אַרויסקומען אַ נײַער דור. אין די אױגן פֿון די סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער איז „פּרו־ורבֿו‟ (פֿרוכפּערט זיך און מערט זיך) געװען די װיכטיקסטע מיצװה, דער סאַמע עצם פֿון ייִדישקײט.
די שרײַבערין מאַרגאַריטאַ כעמלין איז געבױרן געװאָרן אין טשערניגאָװ, אוקראַיִנע, זעכצן יאָרן נאָך דער מלחמה, אָבער קינדװײַז האָט זי אײַגעזאַפּט אַ היפּשע צאָל דערצײלונגען פֿון אירע ייִדישע קרובֿים, שכנים, באַקאַנטע. אין איר שאַפֿונג קערט כעמלין זיך כּסדר אום צוריק צו די ערשטע נאָך־מלחמהדיקע יאָרן. אַ סבֿרה, אַז זי איז ניט גוט באַקאַנט מיט דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער די װעלט, װאָס זי שילדערט, איז גאַנץ ענלעך אױף זײערער. הגם עס איז דאָ אַ חילוק: כעמלינס כּוח־הדימיון איז ניט געפּענטעט דורך דער סאָװעטישער סטיליסטישער און אידעאָלאָגישער צענזור.
כעמלין שאַפֿט אירע ליטעראַרישע אימאַזשן אַרום איר הײמשטאָט, װאָס זי באַזעצט מיט פּשוטע ייִדן און אוקראַיִנער. איר פּראָזע איז רײַך מיט פּרטים פֿון אַ װאָכעדיק לעבן און פֿראַגמענטן פֿון טאָג־טעגלעכע שמועסן. אָבער הינטער דעם פֿאַקטישן שיכט ליגט אַ קאָמפּליצירטער טעפּעך, אױסגעװעבט פֿון סימבאָלישע רמזים. געמײנע פּאַרשױנען, ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, טראָגן סימנים פֿון אַלעגאָרישע פֿיגורן. דער העלד פֿון דער נאָװעלע „מכּוח יונה‟ איז אַ פּשוטער ייִדישער רױט־אַרמײער מיטן נאָמען יונה איבשמאַן. ער האָט אָפּגעדינט די גאַנצע מלחמה אינעם טאַנק און האָט זיך אומגעקערט קײן טשערניגאָװ. דאָ האָט ער געפֿונען אַ ייִדישע פֿרױ פֿרידע, און זײ האָבן חתונה געהאַט. דערנאָך אָבער האָט זיך געיאַװעט פֿון עװאַקואַציע נאָך אײן ייִדישער מאַנצביל מיטן נאָמען שמואל, און זײ האָבן געלעבט זאַלבעדריט, צװײ מענער און אײן װײַב.
ערשט נאָך דעם װי בײַ פֿרידע איז געבױרן געװאָרן אַ זון, װאָס האָט אױסגעזען פּונקט װי שמואלן, האָט יונה פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז דאָ אַן איבעריקער, און האָט זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן. ער האָט אַרומגעװאַנדערט איבער רוסלאַנד און אוקראַיִנע, געאַרבעט אױף פֿאַרשידענע שטעלעס, און, סוף־כּל־סוף, האָט ער זיך אומגעקערט קײן טשערניגאָװ צו פֿרידען, אַן אַלמנה מיט זיבן קינדער. אין װאָסער זין קאָן מען פֿאַרגליכן יונה איבשמאַן מיט יונה הנבֿיא (אַזאַ רמז איז פֿאַראַן שױן אינעם ערשטן קאַפּיטל)? יונה איבשמאַן פּרוּװט צו אַנטלױפֿן פֿון זײַן גורל, אָבער צום סוף, דאַכט זיך, קומט ער צוריק, צו דער פֿרױ, װאָס האָט אים ליב, אָבער איז אים געװען ניט געטרײַ.
כעמלין שילדערט די סאָװעטישע בירגער װי קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות. זײ זײַנען פֿאַרטאָן אין זײערע קלײנלעכע דאגות־היום, אָבער דערבײַ פֿאַרמאָגט די גאַנצע דערצײלונג אַ מין עפּישן הױכן גאַנג, װאָס דערמאָנט אין דעם סטיל פֿון תּנ״ך. די 1950ער אַנטפּלעקן זיך פֿאַרן הײַנטיקן לײענער װי אַ תּקופֿה פֿון גרױסע יסורים און גרױסע האָפֿענונגען, װען נאָך די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס טיראַנישער שליטה איז געקומען כרושטשאָװס ליבעראַלע „אָדליגע‟. אָבער כעמלין באַרירט ניט קײן הױכע פּאָליטישע אָדער סאָציאַלע מדרגות. איר קוק איז געריכטעט אױף קלײניקײטן. אין אירע אינטערװיוען דערקלערט זי, אַז דאָס װיכטיקסטע פֿאַר איר — זײַנען שטיקלעך פֿונעם טאָג־טעגלעכן שטײגער, װערטלעך, מענטשלעכע אומשטענדן, װאָס האָבן זיך פֿאַרקריצט אין איר זכּרון.
יונה איבשמאַן איז אַ פּשוטער בשׂר־ודם, װאָס װיל אַנטלױפֿן פֿון זײַן גורל. פֿון טשערניגאָװ קומט ער קײן מאָסקװע, װערט פֿאַרטאָן אין קלײנע געשעפֿטן, פֿירט ליבעס און קלײַבט נחת פֿון זײַן לעבן. כעמלין איז אַ בקי אין דער פּסיכאָלאָגיע פֿון קלײנע נשמות, און דערצו האָט זי ממש אַ פֿאָטאָגראַפֿישן זכּרון. איר פּראָזע איז אַן אמתע ענציקלאָפּעדיע פֿונעם סאָװעטישן פּראָװינציעלן ייִדישן לעבן. װי אַ שרײַבערין לעבט זי אין אַ װעלט, װאָס איז שױן לאַנג מער ניטאָ.
און אין דער דאָזיקער װעלט באַקומט די סימבאָלישע געשטאַלט פֿון יונה הנבֿיא אַ נײַעם גילגול. דער סאָװעטישער יונה האָט נאָך ניט געטאָן קײן תּשובֿה און איז נאָך ניט אַרומגעגאַנגען מיט זײַן דרשה איבער דער אַלט־נײַער זינדיקער שטאָט נינוה–מאָסקװע. צום סאַמע סוף פֿון דער נאָװעלע האָט ער אַ זיסן חלום װעגן אַ פֿרױ, אָבער װען ער כאַפּט זיך אױף, דאַכט זיך אים, „אַז ער איז װידער אינעם טאַנק, און קאָן פֿון אים ניט אַרױסקריכן, װײַל איבער אים איז װאַסער, אַ גאַנצער ים‟. און דאָ נעמט ער זיך בעטן: „גאָטעניו, איך נײטיק זיך ניט אין גאָרנישט, אַלצדינג האָב איך. נעם אָבער אַװעק דאָס װאַסער, לאָז מיך אַרױסקריכן פֿונעם טאַנק, אַ ניט, װער איך משוגע. איך מוז דאָך לעבן, אױב איך ביּן שױן געבױרן געװאָרן!‟
דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד נאָך סטאַלינס טױט איז אַ מין זינדיקע שטאָט נינוה ערבֿ־תּשובֿה. אָבער יונה געפֿינט זיך נאָך אַלץ אונטערן ים, אינעם בױך פֿונעם טאַנק. צי װעט ער, סוף־כּל–סוף, אַרױסקריכן און רופֿן זײַן לאַנד צו אַ תּשובֿה? אױף דעם האָט כעמלין ניט קײן ענטפֿער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.