ווען קאַטקאַ רעשקע און סלאַוואָמיר גרונבערג האָבן חתונה געהאַט אין דער היסטאָרישער שיל פֿון ברעסלע (ברעסלוי, Wrocław), אַ שטאָט אינעם דרום־מערבֿדיקן טייל פֿון פּוילן, האָבן זיי געוווּסט, אַז זייער שׂימחה איז מער ווי אַ חתונה — ס׳איז אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן ווידערגעבורט אינעם לאַנד. טויזנטער פּוילישע ייִדן, אַזוי ווי דאָס נײַע פּאָרפֿאָלק, אַנטדעקן זייער וועג צו ייִדישקייט.
דאָס פּאָרפֿאָלק איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן, אָבער וווינט הײַנט אין ניו־יאָרק. יעדעס יאָר באַזוכן זיי זייער היימלאַנד, וווּ זיי האָבן באַשלאָסן צו שטעלן די חופּה. צום ערשטן מאָל אין 14 יאָר האָט מען אין ברעסלע געשפּילט אַ ייִדישע חתונה, וועלכע האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון די אָרטיקע ייִדן און פּאָליאַקן.
די היסטאָרישע שיל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, טראָגט דעם אומגעוויינטלעכן נאָמען „צום ווײַסן שטאָרך‟. אינעם יאָר 2010 האָט מען זי רעסטאַוורירט אין געעפֿנט פֿון ס׳נײַ.
זונטיק, דעם 22סטן יוני, האָבן די מאַן־און־ווײַב פֿאַרבעטן יעדן אויף זייער שׂימחה, וועלכע האָט געדויערט שעהען־לאַנג. עטלעכע כּלי־זמרישע גרופּעס האָבן געשפּילט די ייִדישע מוזיק. צוויי רבנים האָבן אָרגאַניזירט די טראַדיציאָנעלע חתונה מיט כּשרע מאכלים.
רעשקע, אַ 35־יאָריקע פֿרוי מיט רויטע האָר, אַ געבוירענע אין ברעסלע, האָט דערציילט דער ייִט״אַ, אַז אַ טייל אָרטיקע ייִדן האָבן קיינמאָל נישט געזען אַ ייִדישע חתונה, דערפֿאַר האָט זי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין שטאָטישן פֿעסטיוואַל. רעשקע איז אַ פֿאָטאָגראַפֿין, שרײַבערין און אַ פֿאָרשערין פֿון ייִדישער געשיכטע. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָט זי אַרויסגעגעבן איר בוך וועגן דעם איצטיקן ייִדישן ווידערגעבורט אין פּוילן — דאָס לאַנד, וווּ אַ ריזיקע צאָל ייִדן זענען אומגעקומען בעתן חורבן, און די ניצול־געוואָרענע האָבן נישט געקאָנט זיך באַקענען, ווי געהעריק, מיט דער ייִדישער טראַדיציע במשך פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה. זי האָט דערקלערט, אַז אין איר יוגנט האָט זי בכלל נישט געוווּסט וועגן איר ייִדישן אָפּשטאַם, הגם זי האָט זיך אינטערעסירט מיט דער ייִדישער אמונה און געפֿילט, אַז זי האָט אַ שײַכות צו ייִדן.
גרונבערג איז אַ 63־יאָריקער רעזשיסאָר, וועלכער איז באַלוינט געוואָרן מיט פּריזן פֿאַר זײַנע דאָקומענטאַרן. זײַן באָבע האָט אויסבאַהאַלטן, אַז זי איז אַ ייִדישע; ווען זי האָט דערמאָנט ייִדן, האָט עס געקלונגען ווי אַ שרעקעוודיק שלעכט וואָרט. אין זײַנע יוגנט־יאָרן, וווינענדיק אין פּוילן, איז ער געווויר געוואָרן, אַז ער געהערט אויך צו דעם דאָזיקן „שרעקלעכן‟ פֿאָלק. ערשט ווען ער האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע, אין 1981, האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדישער טראַדיציע. אַ סך זײַנע פֿילמען, וואָס ער האָט געשאַפֿן במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר, האָבן צו טאָן מיט ייִדן אָדער דעם ייִדישן חורבן.
רעשקע האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט זיך באַקענט מיט גרונבערגן מיט 7 יאָר צוריק, ווען זי האָט זיך פֿאַרבונדן מיט אים דורך דער אינטערנעץ, אין שײַכות מיט זײַן פֿילם וועגן דער זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע פֿון די פּוילישע ייִדן. די פֿרוי האָט צוגעגעבן, אַז זי האָט זיך „פֿאַרליבט אינעם רעזשיסאָר נאָכן ערשטן בליק‟, און אַרבעט מיט אים איצט צוזאַמען איבערן נײַעם פֿילם, וואָס הייסט „איך בין אַ ייִד‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.