די ייִדישע שרײַבער פֿון די פֿריִערדיקע דורות וואָלטן נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז הײַנט ווערן זייערע ווערק פֿאַרוואַנדלט אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרעם מיט דער הילף פֿון אַ ספּעציעלער מאַשין, וואָס אַ געוועזענער באַפּטיסט פֿונעם שטאַט אינדיאַנע האָט ספּעציעל קאָנסטרויִרט פֿאַרן דאָזיקן צוועק.
דעם הײַנטיקן חודש האָט מען אינסטאַלירט דעם נײַעם סקאַנער אין דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט אַמהערסט, שטאַט מאַסאַטשוסעטס. מיט דער הילף פֿונעם דאָזיקן מכשיר, ווען מען פֿאַרוואַנדלען אין אַ קאָמפּיוטער־פֿאָרמאַט די ווערק פֿון די ייִדישע שרײַבער, וואָס ווערן איצט אָפּגעהיט אויפֿן ספּעציעלן סקלאַד מיט אַ קאָנטראָלירטער אַטמאָספֿער.
פֿריִער, האָט דער צענטער זיך באַנוצט מיט אַן אַנדער סקאַנער, געבאָרגט פֿונעם „אינטערנעץ־אַרכיוו‟, אַ נישט־קאָמערציעלע אָפֿענע ביבליאָטעק פֿון עלעקטראָנישע ביכער. אַ טייל ביכער האָט מען אויך סקאַנירט אין דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער ביבליאָטעק און אויף אַ פֿאַבריק אין פּענסילוועניע. קאַטרין מאַדסען, די ביבליאָגראַפֿין פֿון דער צענטראַלע, האָט באַמערקט, אַז קיינער פֿון די פֿאַבריק־אַרבעטער האָט נישט געקענט לייענען ייִדיש, דערפֿאַר האָבן זיי זיך נישט געגעבן קיין בעסערע עצה, ווי צו צערײַסן יעדעס בוך אויף באַזונדערע זײַטלען און אַרײַנלייגן זיי אין דער מאַשין.
אינעם נײַעם ספּעציעלן מכשיר שטעקן צוויי פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן פֿון דער פֿירמע „Canon‟, וואָס דערמעגלעכן צו פֿאָטאָגראַפֿירן די זײַטלעך מיט אַ הויכער קוואַליטעט, נישט צעשעדיקנדיק די ביכער. אַ ניו־יאָרקער פֿאַרוואַלטער פֿון אַ פּראָגראַמיסטן־פֿירמע, וועלכער האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן נאָמען, כּדי צו בלײַבן אַן אַנאָנימער בעל־צדקה, לויטן באַקאַנטן ייִדישן מינהג, האָט געקויפֿט די דעטאַלן פֿונעם סקאַנער פֿון דעניעל ריטץ, וועלכער האָט דערפֿונדן אַ מכשיר, וואָס מע קאָן אַליין צונויפֿשטעלן, כּדי צו סקאַנירן ביכער.
מע האָט אָבער, צוערשט, נישט געהאַט קיין השׂגה, וואָס מע זאָל טאָן מיט די דעטאַלן. אַדאַם סיים, אַ געוועזענער באַפּטיסט פֿון אינדיאַנע, וועלכער וווינט איצט אין קראַון־הײַטס, ברוקלין, האָט אַמאָל געוויזן דעם פֿאַרוואַלטער פֿון דער קאָמפּיוטער־פֿירמע, אַז ער איז אַ געניטער סטאָליער. סיים, וועלכער אַרבעט ווי אַן אוידיאָ־טעכניקער אויף אַ ראַדיאָ־סטאַנציע אין מאַנהעטן, ווייסט אויך גאַנץ גוט, ווי אַזוי צונויפֿצושטעלן עלעקטראָנישע סכעמעס און מכשירים. ער איז אויך אַ מיטגליד פֿון אַ פֿרײַוויליקער גרופּע, וואָס רעמאָנטירט די שלאָפֿצימערן פֿון קינדער־אינוואַלידן.
דער טעכניקער האָט געלייענט די דאָקומענטאַציע פֿונעם אַליין־געמאַכטן ביכער־סקאַנער במשך פֿון בערך 40 שעה. באַלד האָט ער באַמערקט, אַז דאָס איז זייער אַ בייגעוודיקער און קלוג־צוגעטראַכטער מכשיר, וואָס לײַדט אָבער פֿון אַ צאָל פּראָבלעמען. נאָך 40 שעה האָט ער זיך געפּאָרעט מיט דער מאַשין אין זײַן ברוקלינער קעלער־וואַרשטאַט, פֿאַרבעסערט די קאָנסטרוקציע און געביטן אַ טייל פֿון די אָריגינעלע דעטאַלן אויף בעסערע. צוזאַמען מיט זײַן אַרבעט, האָט די מאַשין אָפּגעקאָסט בלויז 5 טויזנט דאָלאַר. אַ קאָמערציעלער ביכער־סקאַנער וואָלט געקאָסט דרײַ מאָל מער.
ריטץ, דער דערפֿינדער פֿון דער אָריגינעלער מאָדעל, האָט געלויבט סיימס פֿאַרבעסערונגען און געזאָגט, אַז ער האָט צוגעטראַכט „פֿענאָמענאַלע המצאות‟. די אינסטרוקציעס, וואָס דערקלערט, ווי אַזוי צו שאַפֿן דעם אַליין־געמאַכטן ביכער־סקאַנער, געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט — אַ גוואַלדיקער אוצר פֿאַר מענטשן, וואָס האָבן ליב צו קאָנסטרויִרן אייגענע מכשירים. אויף דער דאָזיקער וועבזײַט קאָן מען אויסגעפֿינען כּלערליי עצות — למשל, ווי אַזוי צוצובינדן אַ סאָפֿע פֿעסט צו אַ באַרג־ביציקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.