אַזוינס מאַכט זיך זייער אָפֿט: פֿעלקער זײַנען ביטער, אומפּשרותדיק צעטיילט אין זייער אָפּשאַצונג פֿון אַ היסטאָרישער געשעעניש, אַ נאָענטער צי אַ ווײַטער. אַ העלד פֿאַר איין צד איז אַ גזלן-שבגזלן פֿאַרן צד-שכּנגד. דאָס, וואָס איין פֿאָלק-מיטאָלאָגיע באַשרײַבט ווי אַ באַפֿרײַונג, ווערט דעפֿינירט ווי אַ פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון דעם אַנדערן פֿאָלק. קיין שום „ראַציאָנעלע‟, אָביעקטיווע, דאָקומענטאַל-באַזירטע באַווײַזן העלפֿן ניט, בדרך-כּלל, אין אַזעלכע היסטאָרישע אַמפּערנישן.
די טעג האָב איך געהערט אויף דער רוסישער טעלעוויזיע, וואָס פֿירט טאָג-אײַן טאָג-אויס (פּינקטלעכער, שעה-אײַן שעה-אויס) אַ פֿאַרביסענע אַנטי-אוקראַיִנישע, און בשעת-מעשׂה אויך אַנטי-אַמעריקאַנישע און אַנטי-אייראָפּעיִשע, פּראָפּאַגאַנדע, אַז דער הײַנטיקער קאָנפֿליקט אין מיזרח-אוקראַיִנע שטעלט מיט זיך כּלומרשט פֿאָר אַ המשך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. די רוסישע פּראָפּאַגאַנדיסטן האָבן געטענהט, אַז קינדער פֿון רויט-אַרמעיִשע זעלנער שלאָגן זיך מיט די קינדער פֿון אוקראַיִנישע נאַציסטן; און מיליאָנען רוסן נעמען אויף די דאָזיקע ניט-געשטויגן-ניט-געפֿלויגנקייט פֿאַר ריין געלט.
אין דעם זין געהערט אַמעריקע צו מזלדיקע לענדער, ווײַל חשבונות פֿון דער אייגענער געשיכטע גייען אָן זייער ווייניק דעם גרעסטן טייל פֿון די אַמעריקאַנער, בלי-ספֿק ווייניקער פֿון דעם כּמו-היסטאָרישן סיפּור-המעשׂה, וואָס ווערט אַנטוויקלט, אַ שטייגער, אין „דאַונטאָן עבי‟. פֿראַנסיס בעקאָן האָט אַ מאָל אַ זאָג געטאָן, אַז knowledge is power, „וויסן איז מאַכט‟, אָבער עם-הארצות איז אויך אַ מעכטיקע זאַך.
די פֿעלקער פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע זײַנען נאָך אַלץ צעטיילט אין זייער אָפּשאַצונג פֿון דעם, וואָס דער באָסניער סערב גאַוורילאָ פּריציפּ האָט אָפּגעטאָן דעם 28סטן יוני 1914. אין יענעם טאָג האָט ער אין סאַראַיעוואָ דערהרגעט דעם עסטרײַכישן קרוין-פּרינץ פֿראַנץ-פֿערדינאַנד און זײַן ווײַב סאָפֿיאַ. פּרינציפּ איז געווען אַ סערבישער נאַציאָנאַליסט, אַ מיטגליד פֿון אַ ראַדיקאַלער אָרגאַניזאַציע, וואָס אירע מיטגלידער זײַנען ניט געווען צופֿרידן מיט דער עסטרײַכישער אָקופּאַציע (אין יאָר 1878) און דער שפּעטערדיקער (1908) אַנעקסיע פֿון באָסניע און הערצעגאָווינע.
פּרינציפּ איז געווען 19 יאָר אַלט, וואָס האָט, לויט די עסטרײַכישע געזעצן, געמיינט, אַז ער האָט נאָך ניט דערגרייכט „פֿוליעריקייט‟. דערפֿאַר האָט מען אים ניט געטאָרט פֿאַרמישפּטן צום טויט. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען דעם מערדער פֿאַרמישפּט צו 20 יאָר תּפֿיסה, וווּ ער איז געשטאָרבן פֿון טשעכאָטקע אין אַפּריל 1918. די ערשטע וועלט-מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך פּרינציפּס טעראָריסטישן אַקט און פֿאַרענדיקט אַ האַלב יאָר נאָך זײַן טויט, האָט אָפּגעקאָסט דער מענטשהייט 14 מיליאָן נפֿשות, ניט אַרײַנגערעכטן מיליאָנען אינוואַלידן און אַנדערש קאַליע-געמאַכטע לעבנס.
אַזוי צי אַזוי, אָבער גאַוורילאָ פּרינציפּ בלײַבט אַ העלד פֿאַר די סערבן. אין דער סערבישער הויפּטשטאָט, בעלגראַד, טראָגט אַ גאַס זײַן נאָמען. מע זעט עס אויך אין דער טאָפּאָנימיק פֿון אַ פּאָר אַנדערע שטעט. און גאָר אַ גרויסן דרך-ארץ ווײַזט מען אים אַרויס אין דעם סערבישן טייל פֿון באָסניע און הערצעגאָווינע. דער שלום-אָפּמאַך, וועלכער האָט געלייגט אַ סוף צו דער מלחמה אין 1992–1995, איז קאָנסטרויִרט געוואָרן אויף אַזאַ אופֿן: באָסניע און הערצעגאָווינע האָט מען אָנערקענט ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, אָבער פֿאַקטיש איז זי צעטיילט אויף צוויי „האַלבע מדינהלעך‟ — דער מוסולמעניש-קראָאַטישער און דער סערבישער. די תּושבֿים, און די פּאָליטיקער, פֿונעם סערבישן טייל גלייבן, אַז סוף-כּל-סוף, וועט קומען דער ליכטיקער (פֿאַר זיי) טאָג, ווען זיי וועלן זיך פֿאַראייניקן מיט סערביע גופֿא.
די צעטיילונג שפּיגלט אָפּ די באַציִונג צו דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג און, בכלל, צו דער כּלל-אייראָפּעיִשער מיטאָלאָגיע, וועלכע קוקט אויף דער ערשטער וועלט-מלחמה ווי אַ היסטאָרישע דערפֿאַרונג פֿון שעדלעכן, אַגרעסיוון נאַציאָנאַליזם. פֿאַר אַ סך, צי אַפֿילו ס׳רובֿ, באָסניער (און ניט נאָר באָסניער) סערבן איז עס, פֿאַרקערט, אַ סימבאָל פֿון זייער נאַציאָנאַלן קאַמף. דערצו פֿײַערט מען דעם 28סטן יוני ווי אַ טאָג פֿונעם הייליקן וויטוס, וואָס שפּילט אַ ממשותדיקע ראָליע אין דער סערבישער נאַציאָנאַלער געשיכטע.
הײַיאָר, פֿרײַטיק דעם 27סטן יוני, איז אין דעם סערביש-באַפֿעלקערטן חלק פֿון סאַראַיעוואָ דורכגעפֿירט געוואָרן אַ פֿײַערלעכע צערעמאָניע אין שײַכות מיט אויפֿדעקן אַ מאָנומענט, געווידמעט גאַוורילאָ פּרינציפּן — אַ צוויי-מעטער הויכע בראָנדזענע סטאַטוע פֿונעם יונגן באָסניער. מילאָראַד דאָדיק, דער פּרעזידענט פֿון די באָסניער סערבן (יעדע פֿון די דרײַ געמיינדעס האָט אַן אייגענעם פּרעזידענט), האָט אין זײַן אַרויסטרעטונג געזאָגט: „גאַוורילאָ פּרינציפּ איז געווען אַ קעמפֿער פֿאַר פֿרײַהייט, בעת די עסטרײַכיש-אונגאַרישע אימפּעריע איז געווען דאָ אַן אָקופּאַנט‟. ער האָט אויך געזאָגט, אַז „מענטשן, וואָס וווינען דאָ זײַנען קיין מאָל ניט געווען אויף דער זעלבער זײַט פֿון געשיכטע און בלײַבן נאָך אַלץ צעטיילט. מיר האָבן פֿאַרשיידענע שטרעבונגען און דאָס זאָגט אַלץ וועגן דעם דאָזיקן לאַנד, וואָס ווערט אײַנגעהאַלטן צוזאַמען בגוואַלד מצד דער אינטערנאַציאָנאַלער מאַכט‟. די סערבישע אַקטיוויסטן האָבן זיך ניט באַטייליקט אין די אונטערנעמונגען, געווידמעט דער קײַלעכדיקער דאַטע, און דורכגעפֿירט דורך ניט-סערבישע אָרגאַניזאַציעס.
אַגבֿ, די אוקראַיִנישע מעדיאַ טענהט, אַז אויף דער זײַט פֿון פּראָ-רוסישע סעפּאַראַטיסטן זעט מען אויך סערבישע וואָלונטירן. דאָס זעט אויס ווי אַ שלעכטער סימן פֿאַר אַ לאַנד, וווּ 40 פּראָצענט אײַנוווינער האָבן ניט קיין אַרבעט, און פּראָטעסטן נעמען אָן פֿון מאָל צו מאָל גאַנץ געפֿערלעכע פֿאָרמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.