נישט לאַנג צוריק, ווען איך האָב געוואַרט אין אַ ריי בעת אַ וויזיט צו אַ דאָקטער אין חיפֿה, זענען אינעם צימער אַרײַנגעקומען דרײַ מענטשן: צוויי מענער אין מערבֿדיקע מלבושים און גאָר אַ שיינע יונגע פֿרוי אין אירע 20ער. איין מאַן איז געווען אַרום 30 יאָר אַלט, און דער צווייטער — כּמעט צוויי מאָל עלטער פֿון אים. די פֿרוי האָט געטראָגן אַ שוואַרצן בגד — אַ טשאַדאָר — און אַ ווײַסע שאַל אויפֿן שטערן, גלײַך איבער די ברעמען.
צוערשט, האָב איך געמיינט, אַז דאָס איז אַ משפּחה פֿון ישׂראלדיקע אַראַבער. אַפּנים, קוקנדיק אויף איר שאַל — האָב איך געטראַכט —זענען זיי דרוזן. ווען זיי האָבן אָנגעהויבן שמועסן, האָב איך אָבער באַמערקט, אַז זייער שפּראַך קלינגט פֿאַר מיר זייער אומגעוויינטלעך. נישט אַראַביש, נישט טערקיש, נישט פּערסיש. צום סוף, האָב איך זיך געכאַפּט און געפֿרעגט דעם יונגערמאַן, צי זיי רעדן אויף טשערקעסיש. דער מאַן האָט זיך פֿאַרחידושט, אַז איך האָב ריכטיק אָפּגעטראָפֿן; מיט דעם האָט זיך אונדזער קורצער שמועס פֿאַרענדיקט.
בערך 3,000 טשערקעסן וווינען אין צוויי ישׂראלדיקע דערפֿער, כּפֿר־כּמא און ריחניה, וואָס געפֿינען זיך אינעם גליל־ראַיאָן. ס׳רובֿ ישׂראלים ווייסן נישט אַפֿילו וועגן דער דאָזיקער קליינער נישט־ייִדישער מינאָריטעט. די טשערקעסישע באַפֿעלקערונג איז געקומען קיין פּאַלעסטינע פֿון קאַווקאַז אין די 1870ער יאָרן. מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, האָט רוסלאַנד איבערגענומען זייער לאַנד פֿון די טערקן; די רוסישע מאַכט האָט אָנגעהויבן אַכזריותדיקע רריפֿות קעגן די מוסולמענער, דערפֿאַר זענען איבער אַ מיליאָן טשערקעסן אַנטלאָפֿן אין אַנדערע לענדער — על־פּי־רובֿ, קיין טערקײַ. בערך 130,000 פֿון זיי וווינען הײַנט אין יאָרדאַניע, 100,000 — אין סיריע, און 35,000 — אין איראַק.
ס׳רובֿ אייניקלעך פֿון די טשערקעסישע פּליטים האָבן פֿאַרגעסן די שפּראַך פֿון זייערע אָבֿות. אַ טייל פֿון זיי, אַרײַנגערעכנט די תּושבֿים פֿון די דערמאָנטע ישׂראלדיקע דערפֿער, רעדן אָבער ווײַטער אויף זייער מאַמע־לשון. די קאַווקאַזישע בערג זענען איינער פֿון די סאַמע פֿיל־שפּראַכיקע ראַיאָנען אין דער וועלט. די אָרטיקע פֿעלקער רעדן אויף הונדערטער פֿאַרשיידענע לשונות און דיאַלעקטן, וואָס אַ סך פֿון זיי געהערן צו דרײַ משפּחות: די צפֿון־מערבֿדיקע קאַווקאַזישע אָדער טשערקעסישע; די צפֿון־מיזרחדיקע קאַווקאַזישע אָדער די דאַגעסטאַנישע; און די קאַרטוועלישע. די באַקאַנטסטע קאַרטוועלישע שפּראַך איז גרוזיניש.
די דאָזיקע דרײַ משפּחות פֿון שפּראַכן שיידן זיך אינגאַנצן אונטער איינע פֿון דער צווייטער; די לינגוויסטן האָבן נישט געפֿונען קיין שום סימן פֿון אַן אַלגעמיינעם אורוואָרצל. די פֿאָרעם פֿון טשערקעסיש אין כּפֿר־כּמא און ריחניה הייסט אַדיגיייִש. דאָס זעלביקע לשון איז פֿאַרשפּרייט אַרום דער רוסלענדישער שטאָט קראַסנאָדאַר, אויף צפֿון פֿון אַבכאַזיע — דער שטח, וואָס רופֿט הײַנט אַרויס אַ טעריטאָריאַל מחלוקת צוליב דעם דערקלערן אומאָפּהענגיקייט פֿון גרוזיע.
אַזוי ווי אַלע טשערקעסישע לשונות, איז אַדיגיייִש באַקאַנט מיט דער פֿענאָמענאַל גרויסער צאָל פֿון 57 פֿאַרשיידענע קאָנסאָנאַנטן. למשל, עס זענען אין דער דאָזיקער שפּראַך פֿאַראַן דרײַ באַזונדערע סאָרטן „ל‟ און נישט ווייניקער ווי אַכט באַזונדערע מינים „ש‟. אַ טייל פֿון די דאָזיקע קלאַנגען איז גאָר שווער אַרויסצורעדן פֿאַר אַ מענטש, וואָס קען זיי נישט פֿון קינדווײַז אָן.
דער ענגלישער אָריענטאַליסט לויִס לוי, אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור פֿון פּרײַסן, האָט דערציילט, אַז דער טערקישער סולטאַן האָט אַמאָל געשיקט זײַן קליגסטן חכם אינעם לאַנד פֿון די טשערקעסן, כּדי ער זאָל אויסלערנען זייער שפּראַך און שאַפֿן זי אין אַ ווערטערבוך מיט אַ גראַמאַטיק. מיט אַ לאַנגער צײַט שפּעטער, האָט דער חכם זיך אומגעקערט מיט אַ פּעקל שטיינער, געגעבן זיי אַ שאָקל, און געמאָלדן דעם סולטאַן, אַז פּונקט אַזוי קלינגט דאָס מיסטעריעזע לשון־טשערקעסיש, וואָס אַ זײַטיקער מענטש איז נישט מסוגל משׂיג צו זײַן.
להיפּוך צו דער דאָזיקער מעשׂה, האָט די שפּראַך פֿון די דרײַ מענטשן, אויף וועלכע איך האָב זיך אָנגעטראָפֿן בעת מײַן וויזיט צום דאָקטער, געקלונגען ווי אַ גאַנץ נאָרמאַלע מענטשלעכע שפּראַך. אַדרבה, אין גיכן קלײַב איך זיך צו באַזוכן די טשערקעסישע דערפֿער אין גליל; האָפֿנטלעך, וועל איך זיך באַקענען דאָרטן בעסער מיט די לינגוויסטישע אוצרות פֿון די תּושבֿים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.