דער הײַיאָריקער ניו־יאָרקער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ פֿון האָמאָסעקסואַלן איז געווען געווידמעט דעם 45סטן יאָרטאָג פֿון די Stonewall Riots — די סעריע אומרוען, מיט וועלכע די „גיי‟־מענער און לעסביאַנקעס האָבן געענטפֿערט אויף דער פּאָליציי־אָבלאַווע אינעם האָטעל Stonewall Inn, וואָס געפֿינט זיך אין גרעניטש־ווילעדזש, אויף דער מערבֿדיקער זײַט פֿון דרום־מאַנהעטן.
די דאָזיקע אומרוען, וואָס זענען אויסגעבראָכן אינעם יאָר 1969, האָבן געדינט ווי אַ יסוד, וועלכער האָט שפּעטער פֿאַראייניקט פֿאַרשיידענע סעקסועלע מינאָריטעטן אין דער באַוועגונג, באַקאַנט הײַנט ווי LGBT. אינעם יאָר 1970, זענען אין ניו־יאָרק און עטלעכע אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט דורכגעפֿירט געוואָרן די ערשטע „שטאָלץ־פּאַראַדן‟; אין די שפּעטערדיקער יאָרן, האָבן זיי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ יערלעכער טראַדיציע. אין פּרינציפּ, בלײַבן די דאָזיקע געשעענישן אַן אויסדרוק פֿונעם קאַמף, וואָס די סעקסועלע מינאָרירטעטן פֿירן, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זייערע בירגערלעכע רעכט. די יערלעכע פּאַראַדן זענען אָבער הײַנט אויך באַקאַנט ווי אַן אַלגעמיינע שטאָטישע שׂימחה.
בעת דעם הײַיאָריקן ניו־יאָרקער פּאַראַד, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט הונדערטער טויזנט מענטשן, זענען אויפֿגעטראָטן אַ ריי פּאָליטיקער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער, אַרײַנגערעכנט דעם מעיאָר פֿון דער שטאָט, ביל דע בלאַזיאָ, דעם גובערנאַטאָר ענדרו קואָמאָ, און דעם סענאַטאָר טשאָק שומער.
דער מאַרש האָט זיך אָנגעהויבן 12 אַזייגער בײַטאָג — זונטיק, דעם 29סטן יוני. דער ריזיקער עולם — אַ טאַנצנדיקער, זינגענדיקער, באַפֿאַרבט אין רעגנבויגנדיקע קאָלירן — האָט זיך געלאָזט גיין אַראָפּ אויף דער פֿינפֿטער עוועניו צו דעם היסטאָרישן האָטעל אין גרעניטש־ווילעדזש. באַזונדערס עקזאָטיש האָבן אויסגעזען די מאָטאָציקליסטן.
עס קאָן זײַן, אַז, זײַענדיק אַ ייִד, לייג איך מער אַכט אויף געוויסע זאַכן, נאָר מיר דאַכט זיך, אַז די צאָל ייִדן און ייִדישע סימבאָלן אויפֿן פּאַראַד איז געווען אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויס. ווי ס׳איז באַקאַנט, טרעפֿן זיך צווישן די שטיצער פֿון פֿאַרשיידענע פּראָגרעסיווע באַוועגונגען אַ סך ייִדן. און דערצו, ווי געזאָגט, איז דער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ געוואָרן אַן אַלגעמיינער ניו־יאָרקער אונטערנעמונג, וואָס ציט צו די ייִדישע תּושבֿים פֿון דער שטאָט. נישט ווייניק באַטייליקטע האָבן געטראָגן אַ מגן־דוד צי אַן אַנדער ייִדישן סימבאָל.
דער ניו־יאָרקער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ האָט צוגעצויגן, ווי געוויינטלעך, אַ ריזיקע צאָל מענטשן פֿון אַנדערע לענדער. אין אַ סך ראַיאָנען פֿון דער וועלט ווערן די האָמאָסעקסואַלן נאָך אַלץ גערודפֿט, און פֿאַר זיי זעט אויס אונדזער יערלעכע שטאָטישע שׂימחה ווי אַ זעלטענער און עקזאָטישער אויסדרוק פֿון פֿרײַהייט. למשל, נישט לאַנג צוריק האָט מען אין רוסלאַנד פֿאַרווערט צו פּראָפּאַגאַנדירן די סעקסועלע מינאָריטעטן.
אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז די מעשׂה פּונקט פֿאַרקערט. דאָס העכסטע געריכט האָט דערלויבט די מענטשן פֿונעם זעלבן געשלעכט חתונה צו האָבן אין קאַליפֿאָרניע. צוליב דעם דאָזיקן פּרעצעדענט, האָט מען שוין אָנגענומען ענלעכע געזעצן אין 19 שטאַטן און אין וואַשינגטאָן. דערפֿאַר, פֿאַרשטייט זיך, האָבן די אַקטיוויסטן פֿון LGBT גוטע סיבות זיך צו פֿרייען און שטאָלצירן מיט זייערע בירגערלעכע דערגרייכונגען אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.