מאָנאַ כאַליל איז אַ פּאַלעסטינער פֿרוי און אַ סאַודישע בירגערין, וואָס אַרבעט שוין לאַנגע יאָרן בײַ די „פֿאַראייניקטע פֿעלקער‟. איר אַרבעט האָט נישט צו טאָן מיט די פּאַלעסטינער צי סאַודיער דעלעגאַציעס; שוין גיכער, מיט גלאָבאַלע ענינים. זי איז אַן אַדוואָקאַטקע פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר שלום-באַוואַכונג, סאַנקציעס, קאָנטער־טעראָריזם, וכדומה, איבער דער גאָרער וועלט.
לעצטנס, איז זי פֿאַרטאָן מער מיט דער פּראָגראַם פֿון צעשטערן דעם כעמישן געווער אין סיריע. זי האָט, פֿאַרשטייט זיך, קלאָרע מיינונגען לגבי דעם, וואָס מע דאַרף ענדערן אין ישׂראל און אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, כּדי, סוף-כּל-סוף, צו דערגרייכן אַ היסטאָרישן שלום-הסכּם. איך און זי זענען לעצטנס געזעסן אויף איין אָוונט אין ניו-יאָרק, נישט ווײַט פֿון דעם „יו־ען‟-שטאַב, און געפֿירט אַ קעמפֿערישן געשפּרעך וועגן די ברענענדיקע סוגיות: ישׂראל, פּאַלעסטינע און מכּוח די ייִדישע ווערטער, וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט בשעתן וווינען אין ניו-יאָרק.
אירע עלטערן זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים: איר טאַטע — אין דער מערבֿ-זײַט פֿון שטאָט, און איר מאַמע פֿון דער מיזרח-זײַט. איר טאַטעס משפּחה איז פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון פּאַלעסטינע קיין עגיפּטן אין 1947 דורך די ענגלענדער, מחמת איר זיידנס פּאָליטישער טעטיקייט. דער זיידע האָט, בשותּפֿות מיט די קריסטן און ייִדן, געקעמפֿט קעגן דער בריטישער הערשאַפֿט איבער פּאַלעסטינע, שטרעבנדיק צו גרינדן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה פֿאַר אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד.
דער מאַמעס קרובֿים זענען געוואָרן פּליטים אין 1948, און האָבן זיך באַזעצט אין יאָרדאַניע. שפּעטער זענען אירע עלטערן אַריבערגעפֿאָרן קיין סאַודיע, און געאַרבעט אין אַ גלאָבאַלער נאַפֿט-פֿירמע. דאָרט, אין אַן אַמעריקאַנער געהעפֿט, איז מאָנאַ געבוירן געוואָרן. זי דערציילט, אַז דאָס אויפֿוואַקסן אין אַזאַ גלאָבאַלער אינטערנאַציאָנאַלער אַטמאָספֿער, וווּ כּל-המינים מענטשן אַרבעטן צוזאַמען, האָט זי טיף באַווירקט. פֿון יונגווײַז אָן האָט זי בײַ זיך באַשלאָסן, אַז אַלע מענטשן זענען אין תּוך די זעלבע, און זי גלייבט, אַז דאָס פֿאַרשטענדעניש האָט זי דערפֿירט צו זוכן אַן אַרבעט דווקא אין דער „יו־ען‟, נאָכן גראַדויִרן פֿון האַרוואַרד און דזשאָרדזשטאַון אוניווערסיטעטן.
ס׳איז איר תּמיד געגאַנגען אין לעבן אַרײַן מתקן צו זײַן די וועלט, און זי גלייבט טאַקע, אַז די „יו־ען‟ שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין געפֿינען רפֿואות צו דער וועלטס חלאַתן. זי זאָגט, אַז עס זענען דאָ צוויי ברירות פֿאַר די, וואָס ווילן ענדערן די וועלט צום גוטן: אָדער זיך אַנטקעגנצושטעלן דער „סיסטעם‟ און קעמפֿן פּנים-אל-פּנים קעגן די גרויסע מאַכטן, אָדער צו בויען אויפֿן סמך פֿון דער „סיסטעם‟, און צו קעמפֿן פֿון אינעווייניק. זי האָט אויסגעקליבן די צווייטע ברירה, „צו שפּילן לויט די כּללים‟, און אַזוי בײַצושטײַערן לטובֿת-הכּלל. די „יו־ען‟, גלייבט זי, איז דאָס אָרט, וווּ מע פּראָטעזשירט מענטשן-רעכט, שלום, זעלבסט-באַשטימונג, און דאָס גלײַכן.
נאָכן רעדן וועגן סיריע (וואָס אָן דער אַמעריקאַנער מיליטערישער אַרײַנמישונג איז שוין געפּטרט 92% פֿון איר כעמישן אַרסענאַל), און איראַן (זי שטיצט די סאַנקציעס; דאָך, האַלט זי, אַז זיי אַליין וועלן נישט לייזן די פּראָבלעם; אַ דיאַלאָג, ווי עס פֿירט זיך איצט, איז דער בעסטער וועג), זענען מיר אַריבער צו אונדזערע פּראָבלעמען — דער ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך. איך האָב אָנגעהויבן מיט דער פֿראַגע, צי איז די צוויי-שטאַטן לייזונג נאָך רעלעוואַנט בכלל? און אויב יאָ, וואָס דאַרף מען טאָן, כּדי זי צו רעאַליזירן? איז עס בכלל מעגלעך אָן אַ דרוק פֿון דרויסן?
„אַ לייזונג פֿון די צוויי שטאַטן מוז זײַן רעאַליסטיש, ווײַל זי גיט די איינציקע האָפֿענונג פֿאַר ביידע פֿעלקער צו האָבן זעלבסט-באַשטימונג, און דאָס איז דאָך די שטרעבונג פֿון ביידע צדדים. אָן אַ פּאַלעסטינער מדינה, וועט אויך ישׂראל, צוליב דער אָנגייענדיקער באַזעצונג, פֿאַרלירן איר מהות ווי אַ ייִדישע מדינה. דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט רעכט צו זעלבסט-באַשטימונג, פּונקט אַזוי ווי דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק. אָבער די צרה שטעקט אין דעם, וואָס צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּלאַן ווערט אַלץ ווייניקער רעאַליסטיש, צוליב דער באַזעצונג-פּאָליטיק פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג. דער ישׂראלדיקער צד מוז איבערדרייען זײַן באַזעצונג-פּאָליטיק און זיך צוריקציִען פֿון די קאָלאָניעס. דאָס איז דער תּנאַי פֿאַר שלום און זיכערקייט פֿאַר ישׂראל, גלײַך ווי דער פּאַלעסטינער צד דאַרף שלום מאַכן מיט אַ מדינה פֿון בלויז 22% פֿונעם שטח פֿונעם גאַנצן לאַנד.‟
די פֿאַראייניקונג-רעגירונג פֿון „פֿאַטאַך‟ און „כאַמאַס‟ איז לויט איר אַ „פּאָזיטיווער שריט‟, ווײַל עס ענטפֿערט אויף דער טענה צו אַבו מאַזען, אַז ער איז נישט קיין פֿאָרשטייער פֿון אַלע פּאַלעסטינער. „אויב ׳כאַמאַס׳ וועט טאַקע אָננעמען די צוויי שטאַטן, זיך אָפּזאָגן פֿון געוואַלט, וכדומה, למאַי איז דאָס שלעכט? איך האַלט, אַז ׳כאַמאַסעס׳ התחײַבֿות איז אמתדיק; אַנישט, קענסטו זיך דעמאָלט אַנטקעגנשטעלן, אַז מע מוז די רעגירונג מישפּטן לויט אירע מעשׂים. די זעלבע זאַך איז אויך חל אויף די פֿאַרשידענע אינטערנאַציאָנאַלע טראַקטאַטן, וואָס די פּאַלעסטינער האָבן צו זיי שוין אַפּליקירט (ווי טראַקטאַטן פֿון מענטשן-רעכט), אָדער פּלאַנירן צו אַפּליקירן אין דער צוקונפֿט. וואָס פֿאַר אַ שלעכטס קען אַרויסקומען פֿון דעם, אַז די פּאַלעסטינער זענען איצטער אָפֿיציעל מחויבֿ צו האַלטן זיך בײַ מענטשן-רעכט? פֿון יעדן קוקווינקל דאַרף עס באַטראַכט ווערן ווי אַ פּאָזיטיווער טריט.‟
זי איז זיכער, אַז זי וועט זיך אַריבערציִען אין דער פּאַלעסטינער מדינה, ווי נאָר זי וועט געגרינדעט ווערן. זי חלומט צו דינען ווי די ערשטע פּאַלעסטינער אַמבאַסאַדאָרין אין מדינת-ישׂראל. אַחוץ דעם ביסל העברעיִש, וואָס זי געדענקט פֿון אירע לימודים (דעם זאַץ: „אני רוצה שלום‟), האָט זי באַהערשט צוויי ייִדישע ווערטער פֿון וווינען אין ניו-יאָרק: „משוגענער‟ און „מענטש‟.
איך פֿרעג זי: וועמען וואָלט זי אַרײַנגעשטעלט אין דער רשימה פֿון „מענטשן‟? אָבאַמאַ („אפֿשר!‟), דער סאַודיע-מלך („רעלאַטיוו פּראָגרעסיוו‟), אורי אַבֿנרי, די צײַטונג „האָרץ‟, יאָסי ביילין, כאַנאַן אַשראַווי, עמירה האַס, מוסטאַפֿאַ באַרגוטי און דזשערעמי בן-עמי (דזשיי-סטריט, „משכמו-ומעלה!‟).
זי ענדיקט אונדזער געשפּרעך מיט אַן אָנווענדונג צו די „פֿאָרווערטס‟-לייענער: „יעדער צד פֿונעם סיכסוך מוז אָנערקענען סײַ זײַן שלעכטס, סײַ די רעכט פֿונעם אַנדערן צד. כּדי צו דערגרייכן שלום און גערעכטיקייט פֿאַר איין צד, מוז מען שטרעבן צו שלום און גערעכטיקייט פֿאַרן אַנדערן צד אויכעט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.