תּל־אָבֿיבֿ. — ס׳איז האַלבע נאַכט, און צוויי מענער מיט בלאָע וועסטלעך פּאַטראָלירן איבער דער געגנט פֿלאָרענטין, אין תּל־אָבֿיבֿ. לעבן דעם נאַכטקלוב „דער מוסד‟, דרייען זיך אַרום מיטלשול־תּלמידים מיט מאָדישע פֿריזורן, האַלב־נאַקעטע גופֿים און פֿאַרגלאָצטע אויגן. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געקומען אַהער, כּדי צו פֿײַערן דעם לעצטן טאָג פֿונעם שול־יאָר.
אַ ייִנגל מיט אַ שוואַרץ העמד און דזשינס ליגט אַ פֿאַרחלשטער אויפֿן טראָטואַר, בעת אַ פֿרוי אין אַ בלאָ וועסטל באַמיט זיך צו פֿאַרזיכערן, אַז ער זאָל זיך נישט דערשטיקן פֿון זײַן אייגענעם ברעכעכץ. צוויי מיידלעך זיצן מיט קורצע שוואַרצע העמדלעך אויפֿן טראָטואַר־שוועל און טרינקען וואַסער פֿון פּלאַסטישע טעפּלעך.
„ווי אַלט ביסטו? וווּ וווינסטו? ווי אַזוי וועסטו אַהיימפֿאָרן?‟‟ פֿרעגט די פֿרוי איינע פֿון די מיידלעך.
ווײַזט זיך אַרויס, דאָס מיידל איז 15 יאָר אַלט, וווינט אין מודין, און קלערט אַהיימצופֿאָרן מיטן זעלבן אויטאָבוס, וואָס האָט זי געבראַכט אַהער. ווען פֿאָרט זי אָפּ? פֿינעף אַ זייגער פֿאַרטאָג.
די מענער און פֿרויען מיט די בלאָע וועסטלעך געהערן צו אַן אָרגאַניזאַציע פֿון תּל־אָבֿיבֿער טאַטעס און מאַמעס, וואָס פּאַטראָלירן די נאַכטקלובן, זוכנדיק אויס קינדער, וואָס נייטיקן זיך אין הילף — צי דאָס איז בלויז אַ טעפּל וואַסער, צי מער ערנסטע נויטפֿאַל־באַדינונגען.
די גרופּע, „הורים ערים‟ [עלטערן אויף דער וואַך], איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 2009, נאָך דעם ווי פֿיר יונגע לײַט זענען דערהרגעט געוואָרן אין אַן אויטאָ־אַקצידענט אויפֿן „עילון־שאָסיי‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, צוליב דעם וואָס דער שאָפֿער איז געווען שיכּור. בערך 200 וואָלונטירן פּאַטראָלירן די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן, און מע האָט שוין אָרגאַניזירט אַנדערע צווײַגן אין 150 שטעט איבערן לאַנד.
צבֿיקה קאָרעץ איז דער 50־יאָריקער גרינדער פֿון „הורים ערים‟. בײַ טאָג אַרבעט ער ווי אַן אַדוואָקאַט, אָבער בײַ נאַכט טוט ער אָן דאָס וועסטל און אַ שטרענגן אויסדרוק אויפֿן פּנים; זעט ער אויס ווי איינער פֿון יענע פּאָליציאַנטן, וואָס גייען אַרײַן אין פּריוואַטע הײַזער, כּדי אָפּצושטעלן ווילדע מסיבות.
הײַנט אויף דער נאַכט, האָט קאָרעץ געגעבן די וואָלונטירן די געוויינטלעכע אינסטרוקציעס, און מע האָט זיך צעטיילט אויף צוויי גרופּעס, צו האַלטן אַן אויג אויף די צוויי קלובן, וווּ עס דאַרפֿן פֿאָרקומען גרויסע שׂימחות. קורצס פֿרוי עינת גייט אין קלוב „האומן‟ [דער קינסטלער]. כאָטש די יונגע לײַט באַקומען דאָרט נישט קיין משקה — ס׳רובֿ פֿון זיי זענען אונטערן לעגאַלן טרינק־עלטער פֿון 18 יאָר — זאָגט קאָרעץ, אַז אַ סך פֿון זיי טרינקען אַלקאָהאָל, פֿאָרנדיק אַהער אין די אויטאָבוסן, וואָס די קלובן האָבן באַשטעלט.
אינעם קלוב, שפּילט די מוזיק אַזוי הויך, אַז מע קען פֿילן די וויבראַציעס אין די פֿיס. נעאָן־לאָמפּן בליצן אויף די בחורים און מיידלעך, וואָס טאַנצן, זייערע גופֿים צוגעפּרעסט איינער צום צווייטן. אינעם הינטערשטן צימער, און אַפֿילו אינעם פֿרויען־צימער, זיצן פּאָרלעך און קושן זיך.
דאָס ייִנגל, וואָס איז געלעגן פֿאַרחלשט אויף דער גאַס און געבראָכן, האָט לכתּחילה געזאָגט, אַז ער האָט בכלל נישט געטרונקען קיין משקה, אָבער נאָך דעם ווי די וואָלונטירן האָבן אים אַנידערגעלייגט אויף אַ פּאָרטאַטיוון מאַטראַץ, האָט ער מודה געווען, אַז ער האָט געטרונקען „9 אָדער 10 גלעזעלעך ׳פֿינלאַנדיע׳ וואָדקע”.
לעבן אים, אויף אַ צווייטן מאַטראַץ, האָט אַ בחור אָנגעהויבן זיך וואַרפֿן, און ס׳האָט גענומען רינען בײַ אים די סלינע. „הורים ערים‟ האָט באַשטעלט אַן אַמבולאַנס, און ווען די סאַניטאַרן זענען געקומען, האָבן זיי אָנגעקלונגען דעם בחורס עלטערן צו קריגן דערלויבעניש אים צו פֿירן אין שפּיטאָל. זײַן מאַמע האָט אָבער געענטפֿערט, אַז ניין, און געשיקט זײַן זיידן און זײַן 13־יאָריקן ברודער אים אַהיימצוברענגען.
„ס׳איז גוט צו וויסן, אַז מיר העלפֿן די קינדער, ווײַל ווען מיר וואָלטן נישט געקומען אַהער, וואָלט מען זיי זיכער אַרויסגעוואָרפֿן אויף דער גאַס,‟ האָט קאָרעץ באַמערקט. „פֿון דער אַנדערער זײַט, איז שווער אַנטשלאָפֿן צו ווערן נאָך אַזאַ אַרבעט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.