מיטוואָך אין דער פֿרי, דעם 2טן יולי, האָט מען אינעם ירושלימער וואַלד געפֿונען דעם גוף פֿונעם פּאַלעסטינער קינד, פֿאַרכאַפּט פֿריִער אין בית־חנינה, אַ ראַיאָן אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון דער שטאָט. די טראַגישע ידיעה האָט אַרויסגערופֿן אומרוען צווישן די פּאַלעסטינער אין בית־חנינה און די אַרומיקע געגנטן. די פּראָטעסטירער גלייבן, אַז דאָס ייִנגל איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך די ייִדישע רעכטע עקסטרעמיסטן, ווי אַ נקמה־אַקט פֿאַרן אַנומלטיקן מאָרד פֿון די דרײַ ישיבֿה־בחורים, וועלכע זענען מיט אַ טאָג באַערדיקט געוואָרן.
דינסטיק בײַנאַכט, נאָך דער לוויה פֿון די דערמאָרדעטע יונגע ישׂראלים, האָט דער רעכטער המון פּראָטעסטירט אויף די גאַסן פֿון ירושלים, רופֿנדיק נקמה צו נעמען. מיט עטלעכע שעה שפּעטער, מיטוואָך צופֿרי, האָבן די תּושבֿים פֿון מיזרח־ירושלים דערזען, ווי עמעצער האָט פֿאַרכאַפּט אַ 15־יאָריק פּאַלעסטינער ייִנגל, מאָכאַמאַד כוסיין אַבו כדייר, און אַוועקגעפֿירט אים בגוואַלד אין אַן אויטאָ. ס׳זעט אויס, אַז דאָס זעלבע קינד איז שפּעטער געפֿונען געוואָרן טויט אינעם וואַלד; דער גוף איז געווען אָפּגעברענט און האָט געטראָגן סימנים פֿון גוואַלד־מעשׂים.
די פּאָליציי פֿאָרשט אויס דעם אינצידענט, כּדי צו אידענטיפֿירצירן אויף זיכער דעם גוף און באַשטימען, צי דאָס פֿאַרברעכן איז טאַקע געווען אַ אויסדרוק פֿונעם ישׂראלדיקן רעכטן עקסטרעמיזם. דער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, און דער מיניסטער פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער זיכערהייט, יצחק אַהרנאָוויטש, האָבן גערופֿן די פּאָליציי צו געפֿינען וואָס גיכער דעם מערדער, און געבעטן די ביידע צדדים פֿון די אומרוען צו בלײַבן רויִק.
דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מאַכמוד אַבאַס, האָט געזאָגט, אַז ישׂראל טראָגט דאָס פֿולע אַחריות פֿאַרן אינצידענט, און גערופֿן נתניהו צו פֿאַרדאַמען דעם מאָרד פֿונעם ייִנגל. אַבאַס האָט באַמערקט, אַז, פֿון זײַן צד, האָט ער פֿאַרדאַמט דעם מאָרד פֿון די דרײַ ישׂראלדיקע ישיבֿה־בחורים.
די משפּחה פֿון נפֿתּלי פֿרענקעל, איינער פֿון די אומגעקומענע יונגע ישׂראלים, האָט אָנגעשריבן אַ בריוו, אין וועלכן זי פֿאַרדאַמט דעם מאָרד און שטרײַכט אונטער, אַז „ס׳איז נישטאָ קיין חילוק, ווער עס ווערט דערהרגעט, ווײַל אַ מאָרד בלײַבט תּמיד אַ מאָרד‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.