דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק און דינסטיק זענען צענדליקער טויזנטער מענטשן געקומען צום קבֿר פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, לכּבֿוד זײַן 20סטן יאָרצײַט. דער קבֿר, וואָס מע רופֿט „דעם ליובאַוויטשער רבינס אוהל‟, געפֿינט זיך אויפֿן אַלטן בית־עולם אויף מאָנטעפֿיאָרעס נאָמען, אין קווינס, ניו־יאָרק.
דער רבי איז ניפֿטר געוואָרן דעם 12טן יוני, 1994, לויטן גריגאָריאַנישן קאַלענדאַר. הרבֿ שניאורסאָן, דער זיבעטער רבי פֿון די ליובאַוויטשער חסידים, איז פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די השפּעהדיקסטע ייִדישע פֿירער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, אַפֿילו 20 יאָר נאָך זײַן טויט. לויט זײַנע אינסטרוקציעס, האָט מען באַזעצט ליובאַוויטשער שלוחים מיט זייערע משפּחות איבער דער גאַנצער וועלט, כּדי צו העלפֿן די אָרטיקע ייִדן זיך אויסלעבן ווי ייִדן, און במילא, ווי דער רבי פֿלעגט זאָגן, „גיכער ברענגען דעם משיח‟.
הײַנט וווינען מער ווי 4,000 שלוחים אין שטעט און קאָלעדזש־קאַמפּוסן איבער דער גאָרער וועלט.
לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ דינסטיק, איז מען געקומען פֿון „מאָנטאַנאַ און העלסינקי, מיזרח־מישיגען און מערבֿ־אוקראַיִנע‟; בערך 200 ייִדן — פֿון בראַזיל, וווּ עס קומט די טעג פֿאָר אַן אַנדער מין וויכטיקע געשעעניש. „דאָס איז אונדזער אייגענער ׳וועלט־בעכער׳,‟ האָט דערקערט אַרעלע וואַליגאָרע, אַ 60־יאָריקער ייִד פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ.
דער „אוהל‟, וואָס איז אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולם טאָג און נאַכט, אַ גאַנץ יאָר, ציט צו נישט בלויז ליובאַוויטשער חסידים, אָבער אויך אַנדערע ייִדן, און אַפֿילו געוויסע נישט־ייִדן. דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער איז דער געווינער פֿון דער רעפּובליקאַנער נאָמינאַציע פֿאַר ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער, דזשאָסעף להאָטאַ, געפֿאָרן צום קבֿר און דאָרט איבערגעלאָזט אַ בריוו פֿאַרן רבין, ער זאָל מתפּלל זײַן פֿאַר אים, לויטן ליובאַוויטשער מינהג. מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט סענאַטאָר קאָרי בוקער פֿון ניו־דזשערזי באַזוכט דעם קבֿר ערבֿ זײַן דערוויילט ווערן.
לויט דער חב״ד־ליובאַוויטש־וועבזײַט, באַקומט דער „אוהל‟ יעדעס יאָר מער ווי 400,000 בקשות פֿאַר אַ ברכה פֿונעם רבין דורכן פֿאַקס, און הונדערטער טויזנטער דורך בליצפּאָסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.