די ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס ברענגען אַרויס זייער מיטלײַד צו די משפּחות פֿון די 3 דערהרגעטע יונגע לײַט, וואָס זייערע גופֿים האָט מען געפֿונען נעכטן אין ישׂראל. די פֿירער פֿון די רוסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך געטראָפֿן מיט דער אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד, דאָריט האָלענדער, און אויסגעדריקט זייער מיטלײַד. די אָפֿיציעלע אָנדענק־צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען מיטוואָך דעם 2טן יולי אין דער מעמאָריאַלער שיל אין מאָסקווע.
און איצט צו אַנדערע ידיעות: אין מאָסקווע, אין דעם פּרעסטיזשפֿולסטן און טײַערסטן האָטעל „מעטראָפּאָל‟, איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער פֿאָרום אונטערן נאָמען „ירושלים — תּל־אָבֿיבֿ: צוויי שטעט, צוויי וועלטן‟, אין וועלכן ס‘האָט זיך אויך באַטייליקט די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין.
די הויפּט־טעמע פֿון דער באַגעגעניש איז געווען טוריזם. פֿאַר די לעצטע 6־8 יאָר איז ישׂראל געוואָרן גאָר אַ פּאָפּולער לאַנד פֿאַר די רוסישע טוריסטן, און דער צופֿלוס האָט אויך געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויף דער עקאָנאָמיע פֿון דעם ישׂראלדיקן טוריסטישן סעקטאָר און האַנדל. עס פּראָפֿיטירן אויך די אַוויאַ־געזעלשאַפֿטן: פֿאַר די לעצטע 6 יאָר איז די צאָל פֿליִען אַ וואָך געשטיגן פֿון 45 צו 78. ספּעציעל האָט מען אַרומגערעדט די אַזוי־גערופֿענע „סיטי ברייק טורס‟ — רײַזעס אויפֿן סוף וואָך, צי זענען זיי פּאַסיק פֿאַר ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ; און דעם מעדיצינישן טוריזם.
דאָס מיניסטעריום פֿון געזונטהייט האָט דערקלערט, אַז די שפּיטאָלן אין ישׂראל וועלן אין גיכן אויפֿהערן אויפֿצונעמען נײַע פּאַציענטן פֿון אויסלאַנד, וואָס באַצאָלן אַליין פֿאַר זייער היילן, ביז מע וועט נישט אויפֿבויען נײַע שפּיטאָלן און שאַפֿן נײַע קראַנקן־בעטן פֿאַר די ישׂראלדיקע בירגער, ווײַל די פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט אַנומלט, האָט אַנטדעקט, אַז די ישׂראלדיקע שפּיטאָלן זענען ניט גענוג גרויס פֿאַר דער וואַקסנדיקער באַפֿעלקערונג. דער דאָזיקער באַשלוס וועט, אַוודאי, שטאַרק באַרירן דעם געביט פֿון טוריזם, און קודם־כּל, דעם טוריזם פֿון רוסלאַנד.
אין ירושלים האָט זיך געענדיקט דער פֿעסטיוואַל פֿונעם „פּאַמעלעכן לייענען‟, אָרגאַניזירט פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟. וועגן דער קאָנצעפּציע פֿונעם פֿעסטיוואַל האָבן מיר שוין דערציילט. עס זענען אָנגעקומען קיין ירושלים כּמעט 100 צוהערער פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע. די פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געווען גאַנץ אָנגעזעטיקט: מע האָט געהאַט סעמינאַרן, פּלענאַרע לעקציעס, ליטעראַרישע שפּאַצירן, קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק, קולינאַרע וואַרשטאַטן און אַזוי ווײַטער. דאָס איז געווען די לעצטע אונטערנעמונג פֿון „אשכּולות‟ אין דעם זמן. דער נײַער זמן וועט זיך אָנהייבן אין סעפּטעמבער.
דאָנערשטיק איז אין דער מעמאָריאַלער שיל אויף פּאָקלאָנע באַרג אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער רוסישער איבערזעצונג פֿון אַ בוך, וואָס זײַן טעמע איז סאָוועטישע קינאָ וועגן חורבן. דער מחבר איז דזשערעמי היקס, פּראָפֿעסאָר פֿון קווין־מערי־קאָלעדזש בײַם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. זײַן פֿאָרשונג איז געווידמעט די ערשטע פֿילמען, וואָס זענען דערשינען אין סאָוועטישן קינעמאַטאָגראַף וועגן דער נאַצישער סכּנה און וועגן דעם חורבן. דער מחבר באַטראַכט די פֿילמען, וואָס זענען אַרויס פֿון 1938 ביז 1946, דאָקומענטאַרע און אויך קינסטלערישע. ער דערציילט, אַז אין די סאָוועטישע פֿילמען ווערט ניט באַטאָנט די נאַציאָנאַלע אָנגעהעריקייט פֿון די קרבנות: זיי רעדן ניט וועגן חורבן דווקא, נאָר וועגן די פֿאַרברעכנס פֿון די נאַציס.
און די לעצטע ידיעה: ווען די פֿאָרשטייער פֿון די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס קומען קיין רוסלאַנד, וווּנדערן זיי זיך, אַז אין די רוסלענדישע אוניווערסיטעטן זענען ניטאָ קיין נאַציאָנאַלע פֿאַראיינען, קיין „הלל‟־קלובן אאַז״וו. דער ערשטער פּרוּוו צו שאַפֿן אַזאַ אָרגאַניזאַציע האָט מען די וואָך געמאַכט אינעם צווייטן מאָסקווער מעדיצינישן אוניווערסיטעט: דאָרטן איז אַנטשטאַנען „דער ייִדישער פֿאַראיין‟. ער ווערט געשטיצט פֿון דרײַ גאָר פֿאַרשיידענע כּוחות: פֿון דער חב״ד־קהילה „סרעדי סוואָיִך״־צווישן אייגענע; פֿון „הלל‟, און פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע „שחר‟. די דערקלערטע צילן זענען דערווײַל בלויז קולטורעלע: צו אָרגאַניזירן אַ קרײַז פֿון העברעיִש, צו פּראַווען צוזאַמען ייִדישע יום־טובֿים, צו באַזוכן צוזאַמען כּלערליי מאָסקווער ייִדישע אונטערנעמונגען, און אַזוי ווײַטער. דער פֿאַראיין האָט איצט אַרום 100 מיטגלידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.