דעם 26סטן יוני האָט די „בני־ברית‟, צוזאַמען מיט דעם ירושלימער העברעיִשן אוניװערסיטעט אָנגעהויבן אַ סעמינאַר אויף דער טעמע „ישׂראל אין מיטעלע מיזרח‟. אויף דער ערשטער טרעפֿונג האָבן רעפֿערירט פּראָפֿ׳ יהודה קרעל, לערער פֿון געשיכטע, און אויף דער דירעקטער װידעאָ־קאָנפֿערענץ מיט ישׂראל, האָט זיך באַטייליקט יאָסי גאָלדשטיין, פֿאָרשער פֿון „ליװעראַנט־צענטער‟ בײַם אוניװערסיטעט. זיי האָבן באַהאַנדלט די קאָנפֿליקטן צװישן מיזרח און מערבֿ אין דער געשיכטע. דעם 3טן יולי האָט ד״ר דבֿ שנהר, אַ ספּעציאַליסט אין קאָמוניקאַציע־מיטלען, רעפֿערירט, דירעקט פֿון ישׂראל, אויף דער טעמע „װירקלעכקייט און באַנעם‟. ער האָט באַװיזן װי מען קען בײַטן די װירקלעכקייט דורכן פֿעלשן אינפֿאָרמאַציעס אָדער זיי פֿאַרשװײַגן. אין בוענאָס־אײַרעס האָט דער שרײַבער און פּאָליטישער אַנאַליסט כוליאַן שװינדלערמאַן אָנגעפֿירט מיט דער לעקציע און מיט דער דעבאַטע. די דריטע לעקציע װעט זײַן װעגן לאַטײַן־אַמעריקע.
זי איז געבוירן געװאָרן אין פּוילן, אין לידער געטאָ אין 1941, און איז אָנגעקומען קיין בוענאָס־אײַרעס אין 1946. רחלע איז געװען דער נאָמען, װאָס איר מאַמע האָט איר געגעבן. װען זי איז געבוירן געװאָרן, האָט זי די מאַמע איבערגעגעבן, צוזאַמען מיט נעכע און אסתּר, אירע צװיי שװעסטערלעך, צו פֿאַרשיידענע פּוילישע משפּחות. אין 1943 זײַנען זיי אַלע, חוץ רחל, אומגעקומען אין מײַדאַנעק. די פּוילישע משפּחה שיפּולאַ האָט איר געגעבן דעם נאָמען אירינאַ שיפּולאַ. דער „װעלט־קאָנגרעס‟ האָט נאָך דער מלחמה געפֿונען אירע קרובֿים אין אַרגענטינע, װאָס האָבן זי אַראָפּגעבראַכט און דאָ האָט זי אָנגעהויבן אַ נײַ לעבן. מאָניקאַ דאַװידאָװיש איז געװאָרן איר נײַער, דריטער, נאָמען. זי לערנט זיך אין ייִװאָ, און די שטאָט בוענאָס־אײַרעס האָט איר געגעבן דאָס פּלאַץ, װאָס דער נאַצישער טעראָר האָט בײַ איר צוגענומען. זי װערט כּסדר פֿאַרבעטן צו רעדן װעגן אירע דערפֿאַרונגען און איז באַערט װי א לעבעדיקער עדות פֿון חורבן.
מאָנטיק, דעם 30סטן יוני איז געװיזן געװאָרן אין זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, דער פֿילם „איך מוז דערציילן‟. אין דעם פֿילם דערציילט איר לעבן שׂרה רוס, פֿון דער שארית־הפּליטה, װאָס האָט געליטן צװיי מאָל אין איר לעבן פֿון שׂינאה, אומטאָלעראַנץ און אַנטיסעמיטיזם. אַ געבוירענע אין לאָדזש אין 1927, האָט זי איבערגעלעבט אוישװיץ און איז געקומען קיין אַרגענטינע אין 1948. בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור האָט שׂרה רוס פֿאַרלוירן איר זון דניאל, װאָס איז פֿאַרשװוּנדן אין 1977. זינט דעם יאָר איז שׂרה אַן אַקטיװיסטין אין די „מאַמעס פֿונעם מײַפּלאַץ‟; זי קעמפֿט ביזן הײַנטיקן טאָג אויפֿצוקלערן װוּהין זײַנען אַהינגעקומען די „פֿאַרשװונדענע‟. דער פֿילם איז ספּעציעל צוגעגרייט פֿון דער אַרגענטינער טעלעװיזיע, און באַזירט אויף איר בוך „צװיי מאָל בלײַבן בײַם לעבן — פֿון אוישװיץ ביזן מײַפּלאַץ‟. זינט 1978 האָבן די מאַמעס פֿון „פֿאַרשװוּנדענע‟ דעמאָנסטרירט פֿאַרן פּרעזידענטן־הויז אויף דעם „מײַפּלאַץ‟ אין צענטער שטאָט.
פֿרײַטיק, דעם 27סטן יוני האָט מען אין דער סינאַגאָגע פֿון באַסאַװילבאַסאָ, אַ שטאָט פֿון דער פּראָװינץ ענטרע ריאָס, אַן אַמאָליקן ייִדיש שטעטל פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע, באַשמוצט די װענט מיט האַקן־קרײַצן און אויפֿשריפֿטן קעגן אַ ייִדישן אַדװאָקאַט, װאָס איז אָנגערופֿן געװאָרן װי אַ „תּפֿיסה־באַפֿרײַער פֿון שולדיקע‟. די פּאָליציי פֿאָרשט אויס דעם ענין, אָבער ס׳איז נישט דאָס ערשטע מאָל, װאָס די נאַצישע און אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן באַשמוצן די װענט פֿון דער אָרטיקער שיל און פֿון דער קהילה.
אין דער געמיינדע „עמיחי‟ האָט נאָרבערטאָ לינעצקי רעפֿערירט אויף דער טעמע „קונסט און קבלה‟. אין זײַן לעקציע האָט ער באַהאַנדלט, װאָס איז אַ קינסטלער, און װאָס קען אָנגערופֿן װערן קונסט, די שיינקייט װי אַ זאַלב פֿאַר דער נשמה; און װי אַזוי מוזיק און ניגון זײַנען אַן אויסדרוק און אַ פֿאַרבינדונג פֿון דער נשמה.
אַלאַן אַסטראָ, פֿון דעם טעקסאַס־אוניװערסיטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער און איבערזעצער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, געפֿינט זיך אין בוענאָס־אײַרעס, זיך צו באַטייליקן אין אַ קאָנגרעס פֿון ייִדישע פֿאָרשערס. ער איז אויפֿגעטראָטן מיטװאָך, דעם 2טן, אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה אויף די טעמעס פֿון זײַנע פֿאָרשונגען אינעם ציקל „120 יאָר פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה‟, װאָס פּראָפֿ‘ איװאַן טשערכאָװסקי פֿירט אָן יעדע װאָך.
דער אַגריקולטור־מיניסטער פֿון דער פּראָװינץ מיסיאָנעס, װוּ די באַרימטע װאַסער־פֿאַלן פֿון איגואַזו געפֿינען זיך, האָט באַזוכט ישׂראל אויף דער פֿאַרבעטונג פֿון „קרן־קיימת‟ און אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, װאָס װעט דערמעגלעכן צו רעאַליזירן פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן אין דער פּראָװינץ.
מאָנטיק דעם 30סטן יוני, איז פֿאָרגעקומען דער חודשלעכער ייִדיש־טיש אין בוענאָס־אײַרעסער ייִװאָ־קאַפֿע. די טעמע איז געװען „אַ ייִדישע חתונה‟. נאָכן אַרײַנפֿיר פֿונעם דירעקטאָר האָט דער עולם זיך באַטייליקט מיט אַנעקדאָטן און פֿראַגעס.
דינסטיק, דעם 1טן יולי האָבן די צענטראַלע ייִדישע אינסטיטוציעס פֿון דער שטאָט צונויפֿגערופֿן אַ פֿאָלקס־מאַניפֿעסטאַציע צו באַערן די דרײַ דערמאָרדעטע בחורים אין ישׂראל. די מיטטיילונג וועגן דעם איז געמאַכט געװאָרן אין עטלעכע שעה דורך דער אינטערנעץ. דערעפֿנט די הזכּרה האָט די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין מיט אַ רוף צו שלום, און נאָכן איבערלייענען אַ קאַפּיטל „תּהילים‟ האָבן געהאַלטן אַ װאָרט: דער פֿאָרזיצער פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע און דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, װעלכע האָבן געפֿאָדערט מען זאָל אויפֿקלערן דעם מאָרד און באַשולדיקט „כאַמאַס‟. מען האָט אָנגעצונדן דרײַ יזכּור־ליכט און געזאָגט אַן „אל מלא רחמים‟. דער פֿאַרזאַמלטער עולם, איבער 3000 מענטשן, האָט ספּאָנטאַן אָנגעהויבן זינגען „התּיקוה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.