פֿרעדעריק ווײַסינגער, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ, איז איינער פֿון דער שארית־הפּליטה, און אויך איינער פֿון די עלטסטע אין דער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישע האָמאָסעקסואַליסטן אין סידנעי צו זײַנע 82 יאָר. ער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן ווי אַ יונגער בחור. ער האָט לעצטנס דערציילט וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ ייִדישער האָמאָסעקסואַליסט במשך פֿונעם חורבן צום ערשטן מאָל בײַם מעלבורנער ייִדישן „חורבן־צענטער‟ און מוזעום נאָך דעם, ווי ער האָט גערעדט בײַם סידנעיער „חורבן־צענטער‟. ער האָט באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון ליבע פֿון מענטשן צו מענטש און האָט גערעדט וועגן די קריסטן, וועלכע האָבן אים געהאָלפֿן. ווײַסינגער האָט זיך באַזעצט אין סידנעי נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און וווינט דאָרטן צוזאַמען מיט זײַן חבֿר, אַ דײַטש.
די לאָקאַלע פּאָליציי און דער אַמבודסמאַן אין ניו־סאַוט וויילס פֿאָרשן אויס, צי ייִדישע אינסטיטוציעס אין סידנעי האָבן בכּיוון אויסבאַהאַלטן פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסברויכן קעגן די קינדער, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער ייִדישער קהילה. לויטן אויסטראַלישן געזעץ מוז מען דערציילן דער פּאָליציי, אויב ס‘איז אַפֿילו דאָ אַ פֿאַרדאַכט, אַז אַזעלכע מיסברויכן קומען פֿאָר. דער מעלבורנער „ועד הרבנים‟ האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז אַלע ייִדן, וועלכע ווייסן וועגן אַזעלכע פֿאַרברעכנס, דאַרפֿן מעלדן דער פּאָליציי וועגן דעם, און אַז מע טאָר נישט אויסבאַהאַלטן דעם אמת, כּדי נישט צו וואַשן שמוציקע ייִדישע וועש פֿאַר דער אויסטראַלישער עפֿנטלעכקייט. די אויספֿאָרשונג קומט פֿאָר נאָך דעם, ווי דניאל היימאַן איז דערפֿאָלגרײַך פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר באַגיין סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער אין סידנעי במשך פֿון די 1980ער יאָרן. דער ריכטער האָט אָבער געמישפּט, אַז היימאַן וועט נישט דאַרפֿן זיצן אין טורמע, ווײַל די געזעצן קעגן באַגיין סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען די פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געוואָרן, זײַנען נישט געווען אַזוי שטרענג ווי די געזעצן, וועלכע פֿאַרווערן אַזעלכע מיסברויכן קעגן קינדער הײַנט.
רביצין מלכּה לייפֿער, די געוועזענע פֿאַרוואַלטערין פֿון דער „עדות־ישׂראל‟ טאָגשול אין מעלבורן, איז באַשולדיקט געוואָרן אין באַגיין סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער און יונגע פֿרויען מיט זעקס יאָר צוריק אין 2008. באַלד נאָך דעם האָט זי פֿאַרלאָזט מעלבורן און זיך באַזעצט אין מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט איר מאַן און קינדער. לויט אַ באַריכט אין דער וואָכנשריפֿט „די אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, באַמיט מען זיך די רביצין לייפֿער צו צווינגען צוריקצופֿאָרן קיין מעלבורן, כּדי זי זאָל געמישפּט ווערן אין אַ מעלבורנער געריכט. אַ געוועזענע תּלמידה האָט אָנגעקלאָגט די רביצין לייפֿער, און די „עדות־ישׂראל‟ טאָגשול אינעם לאָקאַלן הויפּט-געריכט פֿאַראַיאָרן, כאָטש דער ענין איז נאָך נישט געהערט געוואָרן אין געריכט. אַ צווייטער ענין איז דערליידיקט געוואָרן מיט אַ צווייטער תּלמידה אויף אַ פּריוואַטן אופֿן און איז דערפֿאַר נישט געמישפּט געוואָרן.
סער דזשאָן מאָנאַש איז אויסטראַליעס איינציקער פֿעלדמאַרשאַל. ער איז אויך דער איינציקער ייִדישער פֿעלדמאַרשאַל אין דער אַרמיי פֿון בריטאַניע. מאָנאַש האָט אָנגעפֿירט מיט דער אויסטראַלישער אַרמיי במשך פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט. מאָנאַש איז אויך אַ צײַט געווען דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע במשך פֿון די 1930ער יאָרן. אַ באַוווּסטער מעלבורנער אוניווערסיטעט טראָגט זײַן נאָמען, און אַ גרופּע גראַדואַנטן זײַנע זאַמלען איצט געלט, כּדי צו באַצאָלן פֿאַר אַ נײַער סטאַטוע פֿון מאָנאַשן, וואָס וועט שטיין אויפֿן הויפּט־קעמפּוס פֿון מאָנאַש־אוניווערסיטעט אין מעלבורן. דער שאַפֿער פֿון דער סטאַטוע איז פּיטער קאָרלעט, וואָס איז באַערט געוואָרן פֿון דער אויסטראַלישער רעגירונג פֿאַר זײַן בײַטראָג אין קונסט פֿון אויסטראַליע.
דער לערער מאָטי איצקאָוויטש האָט געלערנט די העברעיִשע שפּראַך און די ייִדישע געשיכטע דרײַ-און-פֿערציק יאָר בײַם „הר־הצופֿים‟ קאָלעדזש אין מעלבורן, איידער ער האָט באַשלאָסן זיך צו פּענסיאָנירן מיט עטלעכע וואָכן צוריק. איצקאָוויטש זאָגט, אַז ער וועט זיך פֿאַרנעמען איצט מיטן ייִדישן קהלישן לעבן און מיט פֿאַרענדיקן זײַן בוך. אַלע זעקס אייניקלעך זײַנע לערנען זיך בײַם „הר־הצופֿים‟ קאָלעדזש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.