ידיעות פֿון פּאַריז

News from Paris

אַ פֿאָרשטעלונג פֿון „דזשו־סאַלסאַ‟, אויפֿן פֿעסטיוואַל פֿון דזשודעזמע־קולטור
jewsalsa.over-blog.com
אַ פֿאָרשטעלונג פֿון „דזשו־סאַלסאַ‟, אויפֿן פֿעסטיוואַל פֿון דזשודעזמע־קולטור

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published July 07, 2014, issue of August 01, 2014.

דרײַ־טאָגיקער דזשודעזמע־פֿעסטיוואַל

די וואָך איז פֿאָרגעקומען אַ דרײַ־טאָגיקער פֿעסטיוואַל אַרום דזשודעזמע. די ספֿרדישע געזעלשאַפֿט „אַקי עסטאַמאָס‟ האָט אָרגאַניזירט דעם פֿריילעכן פֿעסטיוואַל, „פֿיעסטאַס אי אַלעגריאַס סעפֿאַרדיס‟, וואָס איז אויך טאַקע געווען אַ לאַנגער יום־טובֿ, ווי דער נאָמען זאָגט אָן.

מיט אַ יאָר צוריק האָבן מיר באַריכט וועגן דעם ערשטן דשזודעזמע זומער־פּראָגראַם, וואָס „אַקי עסטאַמאָס‟ האָט אָרגאַניזירט. דאָס מאָל האָבן זיי באַשלאָסן זיך צו קאָנצענטרירן, דער עיקר, אויף אַזעלכע קולטורעלע אַספּעקטן, וואָס זענען מער צוגעפּאַסט צו אַ פֿעסטיוואַל, און ווינציקער אויף שפּראַך־לעקציעס, אָבער ביידע זאַכן — אי די זומער־פּראָגראַם, אי דער פֿעסטיוואַל — האָבן זיי בדעה איבערצוחזרן אין די קומענדיקע יאָרן. פֿאַר די ליבהאָבער פֿון דזשודעזמע איז ממש כּדאַי צו קומען קיין פּאַריז צוליב דעם, ווײַל אַזעלכע גרינטלעכע פּראָגראַמען זענען, צום באַדויערן, אַ זעלטנקייט אין דעם תּחום.

די דזשודעזמע־רעדנדיקע ספֿרדישע קולטור איז גאָר אַ רײַכע, זי האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון אַ גאָר לאַנגער צײַט און איז געווען צעשפּרייט אויף אַ גרויסער טעריטאָריע: די אַראַבישע לענדער, די אָטאַמאַנישע אימפּעריע, צפֿון־אַפֿריקע און אייראָפּע. יעדער איינער פֿון די געביטן האָט זיך זײַן ספֿרדישע טראַדיציע. אינעם פֿעסטיוואַל האָט מען געפּרוּווט אַרײַננעמען וואָס מער פֿון די קולטורעלע וואַריאַנטן, כּדי איבערצוגעבן אַ גרויסן אויסוואַל פֿון דער ספֿרדישער רײַכקייט. די הויפּט־טעמעס זענען געווען מוזיק, טעאַטער, טענץ, ליטעראַטור, און קאָכן.

די מוזיק־לעקציעס און וואַרשטאַטן האָבן אויך געוויזן פֿאַרשיידענע סטילן און מינים מוזיק. סטעלאָ גוטמאַן האַט געלערנט טראַדיציאָנעלע לידער, מאַרלען סאַמון האָט געלערנט כאָר־לידער, און רענאַטאָ קאַמכי האָט געלערנט אינסטרומענטאַלע מוזיק. אין די קאָך־לעקציעס האָבן די אָנטיילנעמער געהאַט פֿאַרשיידענע לערערקעס, וואָס יעדע איינע האָט געוויזן די רעצעפּטן, וואָס זי קען פֿון דער היים. הענרי נחום האָט געמאַכט אַן אַלגעמיינעם אַרײַנפֿיר אין דער ספֿרדישער קולטור אין אַ סעריע רעפֿעראַטן, און לין אַמסעלעם האָט געגעבן אַן אַנדער סעריע רעפֿעראַטן וועגן דזשודעזמע און איר ליטעראַטור: מעשׂיות און לידער. מיט די טאַנץ־לעקציעס האָט אָנגעפֿירט די געזעלשאַפֿט „דזשו־סאַלסאַ‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך, געוויינטלעך, מיט אַלע מינים ייִדישע טענץ, נישט נאָר מיט ספֿרדישע; נאָר דאָס מאָל האָבן זיי זיך קאָנצענטרירט אויף די־אָ טראַדיציעס.

דאָס איז נישט געווען די גאַנצע פּראָגראַם, ווײַל במשך פֿון די דרײַ פֿעסטיוואַל־טעג האָט מען געהאַט לעקציעס, רעפֿעראַטן, וואַרשטאַטן און קאָנצערטן פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט בײַ נאַכט. נאָר דערציילן וועגן אַלץ קענען מיר נישט, וועט איר מוזן אַליין קומען אין אַ יאָר אַרום, אויב איר ווילט זיך באַקענען פֿון דער נאָענט מיט דער ספֿרדישער קולטור.

אַגבֿ, מע קען שוין אפֿשר דערמאָנען, אַז דעם זומער וועט „דזשו־סאַלסאַ‟ דערעפֿענען דעם טאַנץ־פֿעסטיוואַל Paris Danses en Seine סוף־אויגוסט. עס איז אַ שיינער מינהג אין פּאַריז צו טאַנצן זומער־צײַט אויף די ברעגן פֿונעם טײַך סען, איז דאָס מאָל וועט זיך דער פֿעסטיוואַל דערעפֿענען מיט ייִדישע טענץ.

אַ רוף צו ייִדן נישט צו פֿאַרלאָזן פֿראַנקרײַך

דער שרײַבער מאַרעק האַלטער, דער זון פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע פּערל האַלטער און זייער אַ באַקאַנטע פֿיגור אין פֿראַנקרײַך, האָט פּובליקירט אַן אָפֿענעם בריוו אין דער טאָג־צײַטונג „לע מאָנד‟, וווּ ער רופֿט די פֿראַנצייזישע ייִדן צו בלײַבן אין פֿראַנקרײַך און נישט אימיגרירן קיין ישׂראל, קאַנאַדע אָדער אַנדערע לענדער צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם דאָ.

אין זײַן בריוו זאָגט האַלטער, אַז כאָטש דער אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך ווערט טאַקע וואָס אַ מאָל שטאַרקער אין די לעצטע יאָרן, איז דאָס אַוועקפֿאָרן ערגעץ נישט די ריכטיקע לייזונג, ווײַל אַנטיסעמיטיזם איז אַ וועלט־קרענק — שׂונאים זענען דאָ אומעטום. ער זאָגט, אַז די געשיכטע פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך איז גאָר אַ לאַנגע, און דערמאָנט ווי שווער עס איז געווען און וויפֿל מי עס האָט געקאָסט צו באַקומען די זעלביקע רעכט ווי אַנדערע בירגער. לויט אים וואָלט אַוועקפֿאָרן פֿון דאַנען, געמיינט פֿאַרלאָזן די־אָ לאַנגע ייִדישע געשיכטע.

די רעאַקציעס אויף האַלטערס בריוו זענען געווען גאַנץ שטאַרק. אַ סך ייִדן האָבן זיך אַקעגנעשטעלט זײַן קוקווינקל, זאָגנדיק, אַז בלײַבן דאָ אויף צולהכעיס איז אויך נישט קיין לייזונג, און אַז אפֿשר זענען זײַנע אַרגומענטן אויך היסטאָריש נישט זייער גענוי.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.