ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 09, 2014, issue of August 01, 2014.

סך־הכּלען און פּלענער פֿון מאָסקווער ייִדישן מוזיי

אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג פֿון קוראַטאָריום. מע האָט געהערט אַ באַריכט וועגן דער טעטיקייט פֿונעם מוזיי פֿאַרן לעצטן האַלב־יאָר, און אַרומגערעדט דעם בודזשעט און די פּלענער אויף דעם קומעדיקן יאָר, דהײַנו: פֿאַרברייטערן די סיסטעם פֿון בילדונג־פּראָגראַמען און שאַפֿן אַן אייגענע פֿרײַוויליקע באַוועגונג. דער נײַער ייִדישער מוזיי איז איינער פֿון די פּאָפּולערסטע פֿינף מוזייען אין מאָסקווע. במשך פֿון די לעצטע 6 חדשים האָבן אים באַזוכט מער ווי 60,000 מענטשן. דער מוזיי פֿירט אַדורך עקסקורסיעס און רעפֿעראַטן, אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען און ציט צו גאָר אַ ברייטן עולם. דער אָנפֿירער פֿונעם מוזיי, ר’ אַלכּסנדר באָראָדאַ, האָט געזאָגט, אַז דער גרעסטער ציל פֿונעם מוזיי איז צו דערציִען אַ טאָלעראַנטע געזעלשאַפֿט.

אַ סעמינאַר וועגן חורבן פֿאַר לערער פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד

לערערס פֿון דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען געפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך אויף אַ סעמינאַר, געווידמעט דעם חורבן, ווי אַ טעמע און אַ שול־לימוד. עטלעכע טוצן לערער פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און מאָלדאַוויע זענען אָנגעקומען אויף עטלעכע טעג קיין דראַנסי, אויפֿן אָרט פֿונעם געוועזענעם נאַציסטישן קאָנצענטראַציע־לאַגער.

דער סעמינאַר איז געווען אָרגאַניזירט פֿון דער רוסלענדישער פֿונדאַציע „חורבן‟ און דעם פֿראַנצייזישן מעמאָריאַל־צענטער „שואה‟ (אָדער „חורבן‟). פֿאַר די לערערס האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן באַרימטע אייראָפּעיִשע געלערנטע; צווישן זיי — דער באַקאַנטסטער פֿאָרשער פֿון דער סאָוועטישער געשיכטע, ניקאָלאַ ווערט, און דער היסטאָריקער, זשאָרזש בן־שׂושׂן. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדנטום און אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע, וועגן דער געשיכטע פֿון נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם און אויכעט פֿון סטאַליניזם. די אָנטיילנעמער פֿונעם סעמינאַר האָבן זיך אויך געטראָפֿן מיט דער לעבן־געבליבענער קאַצעטלערין פֿון אוישוויץ, איוועט לוי. דער סעמינאַר האָט זיך פֿאַרענדיקט בײַ אַ רונדן טיש, וווּ עס איז אַרומגערעדט געוואָרן דער אופֿן פֿון לערנען וועגן דעם חורבן מיט די שול־תּלמידים.

אַ דענקנאָל לזכּרון דעם דיקטאָר יורי לעוויטאַן

יורי לעוויטאַן בײַם מיקראָפֿאָן
יורי לעוויטאַן בײַם מיקראָפֿאָן

אין דער שטאָט וולאַדימיר, ניט ווײַט פֿון מאָסקווע, אָרגאַניזירט מען אַ פֿאַרמעסט אויף דעם בעסטן פּראָיעקט פֿון אַ דענקמאָל; מע פּלאַנירט צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון יורי לעוויטאַן, דעם באַרימטן סאָוועטישן ראַדיאָ־דיקטאָר, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין וולאַדימיר. פֿונעם יאָר 1931 האָט לעוויטאַן געאַרבעט אויפֿן סאָוועטישן ראַדיאָ. דעם 22סטן יוני 1941 האָט ער איבערגעגעבן די ידיעה, אַז דאָס נאַצישע דײַטשלאַנד איז באַפֿאַלן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און זינט יענעם טאָג פֿלעגט ער כּסדר פֿאָרלייענען אַלע נײַעס פֿונעם פֿראָנט. זײַן קול איז געווען באַקאַנט אַלע תּושבֿים פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און די נאַצישע מאַכט האָט געהאַלטן לעוויטאַנען פֿאַרן ערשטן שׂונא פֿון דײַטשלאַנד. דאָס יאָר, אין אָקטאָבער, וועט מען פּראַווען 100 יאָר פֿון לעוויטאַנס געבוירן־טאָג, און לכּבֿוד דעם יוביליי, פּלאַנירט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע פֿון וולאַדימיר צו שטעלן לעוויטאַנען אַ דענקמאָל. דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט אויך פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד.

פּעטערבורג: פּרעמיערע פֿונעם ישׂראל־באַלעט „מיר די מענער‟

אין סאַנקט־פּעטערבורג איז אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל „אָפּען לוק‟ פֿאָרגעקומען די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿונעם ישׂראלדיקן באַלעט, „מיר, די מענער‟. אויפֿגעפֿירט האָט דעם באַלעט די קאַמפּאַניע „עידן שרבי און טענצערס‟ — אַ יונגע, נאָר שוין אַ באַרימטע און דערפֿאָלגרײַכע טרופּע, וואָס איז שוין אַ סך אויפֿגעטראָטן אין ישׂראל און אין אייראָפּע.

„אָפּען לוק‟ איז דער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿונעם מאָדערנעם טאַנץ, וואָס קומט פֿאָר אין פּעטערבורג אויף עטלעכע בינעס פֿונעם באַרימטן אַלעקסאַנדרינער טעאַטער און ברענגט צונויף מאָדערנע באַלעט־קאָלעקטיוון פֿון דער גאַנצער וועלט, און עס קומען אַהין כּסדר אויך ישׂראלדיקע אַרטיסטן.

דער באַלעט „מיר, די מענער‟ האָט צו טאָן מיט דער טעמע פֿון הויז און היים: ווען און וווּ פֿילט מען זיך אין דער היים, צי קען מוזיק ווערן אַ היים, און אַזוי ווײַטער. די 3 טענצער — די מענער, דערציילן אין זייערע טענץ וועגן זייער באַציִונג צו דער היים און צו דער מוזיק.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.