די ירושלימער סיסטעם פֿון גיכע באַן־ליניעס האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 2011, נישט געקוקט אויפֿן בודזשעט־דעפֿיציט, סיכסוכים מיט די אַרכעאָלאָגן, פּראָבלעמען מיט די אוראַלטע קבֿרים און פּאָליטישע קאָנפֿליקטן. דער נײַער מין טראַנספּאָרט איז געוואָרן זייער פּאָפּולער און האָט זיך אין גיכן פֿאַרוואַנדלט אין אַ סימבאָל פֿון מעגלעכער מיטעקזיסטענץ צווישן דער וועלטלעכער, פֿרומער און פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט; אַלע תּושבֿים זענען געפֿאָרן צוזאַמען אין די באַנען.
ווען דעם 2טן יולי האָט מען געפֿונען אינעם ירושלימער וואַלד דעם אָפּגעברענטן גוף פֿונעם פּאַלעסטינער ייִנגל מאָכאַמעד אַבו־כדייר, האָבן די אײַנוווינער פֿונעם ראַיאָן שואַפֿאַט אויסגעלאָזט זייער כּעס צו דער אָרטיקער באַן־סטאַנציע. במשך פֿון עטלעכע טעג נאָכן מאָרד, האָבן צענדליקער יונגע פּאַלעסטינער בחורים געהאַלטן אין צעשעדיקן די סטאַנציע אויף אַלע מעגלעכע אופֿנים. קודם־כּל, האָבן זיי צעבראָכן די ווידעאָ־קאַמערעס; דערנאָך, האָבן זיי גענומען צעשמעטערן די גלעזערנע ווענט, עלעקטראָנישע עקראַנען, צעזעגט די רעלסן, אַראָפּגעוואָרפֿן ברענענדיקע רעדער אויף דער באַן־ליניע און גורם געווען אַ קורצשלוס פֿון די ליכט־סיגנאַלן מיט אַ פֿײַער־פֿלאַש.
פֿאַרוואָס האָבן זיי דאָס געטאָן? איינער אַ פּאַלעסטינער פֿון שואַפֿאַט האָט מיר דערקלערט, אַז די באַן איז געווען „אַ סימבאָל פֿונעם ציוניסטישן שׂונא‟. דער דאָזיקער טראַנספּאָרט האָט רעפּרעזענטירט די ישׂראלדיקע אָקופּאַציע.
די פֿירמע „סיטיפּאַס‟, וועלכע האָט אויפֿגעבויט די באַן־ליניעס, האָט איבערגעגעבן, אַז דער היזק האָט אָפּגעקאָסט צענדליקער מיליאָן שקל. די קאָמפּאַניע איז אָבער פֿעסט פֿאַרזיכערט און דערצו האָפֿט זי צו באַקומען אַ מלוכישע קאָמפּענסאַציע פֿאַרן נאַציאָנאַל־מאָטיווירטן אינצידענט.
עוזאל ותיק, דער וואָרטזאָגער פֿון „סיטיפּאַס‟, האָט דערקלערט, אַז קיין גרויסן חידוש איז אין דער דאָזיקער מעשׂה נישטאָ. די גאַנצע שטאָט פֿאָרט מיט די באַנען; יעדער וואַגאָן נעמט אַרײַן בערך 500 פּאַסאַזשירן. ממילא, אויב עס האָבן זיך אָנגעהויבן ברייטע גאַסן־אומרוען, האָבן זיי אויך אָנגערירט די אײַנזבאַן. דינסטיק, דעם 8טן יולי, האָבן די אַרבעטער אָנגעהויבן רעמאָנטירן די סטאַנציע.
ירושלים איז זייער אַ צעטיילטע שטאָט. די באַן איז אַ אוניקאַל אָרט, וווּ ייִדן און פּאַלעסטינער פֿאָרן צוזאַמען. נאָך אַבו־כדיירס טויט, ווען די אויפֿגעבראַכטע יוגנט האָט צעשעדיקט די סטאַנציע, זענען אייניקע געגנטן פֿון מיזרח־ירושלים און פּסגת־זאבֿ געבליבן אָפּגעריסן פֿון דער טראַנספּאָרט־סיסטעם. מיקי ראָזענפֿעלד, דער וואָרטזאָגער פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, האָט דערקלערט, אַז די פּאַסאַזשירן דאַרפֿן זיך נישט זאָרגן, ווײַל די זיכערהייט־לײַט באַוואַכן יעדן וואַגאָן.
פֿונדעסטוועגן, האָבן אַ סך ישׂראלים געמישטע געפֿילן לגבי די באַנען. נאָך אַבו־כדיירס מאָרד, האָבן אַ סך מוסולמענישע פֿרויען מורא געהאַט אַרײַנקומען אין אַ וואַגאָן מיט אַ טיכל אויפֿן קאָפּ. פֿאַטמע אַבו־כדייר, אַ שוועסטערקינד פֿונעם אומגעקומענעם ייִנגל, האָט איבערגעגעבן, אַז אַ טייל פּאַלעסטינער פֿילן זיך אומבאַקוועם אויף דער באַן, ווײַל די פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע ייִשובֿניקעס מאַכן חוזק פֿון זיי.
ברכה ספּרונג, די וואָרטזאָגערין פֿון דער שטאָטישער מוניציפּאַליטעט, האָט דעם 8טן יולי געמאָלדן, אַז „די באַן בלײַבט נאָך אַלץ אַ סימבאָל פֿון מיטעקזיסטענץ‟. ותיק האָט דערקלערט, אַז אַ סך תּושבֿים פֿון שואַפֿאַט און בית־חנינה האָבן געבעטן צו פֿאַרריכטן די צעשעדיקטע ליניע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.