(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דעריבער האָבן די צוויי סיבות — דער מאָרד פֿון די דרײַ יוגנטלעכע און די כּסדרדיקע ראַקעטן־אַטאַקן — אַרויסגערופֿן אַזאַ שווערן קלאַפּ אויף די „כאַמאַס‟־סטרוקטורן. אַגבֿ, צילט דער טעראָר ניט בלויז אויף די „ציוניסטן‟, נאָר אויף אַלע ייִדן, אומעטום. אונדזער ישׂראל־פּרעזידענט, שמעון פּערעס, האָט פּראָקלאַמירט: „דער קוואַרטעט האָט פֿאָרגעלייגט דעם ‘כאַמאַס’: הערט אויף צו שיסן, אָנערקענט ישׂראל, און פּראָקלאַמירט, אַז איר זײַט פֿאַר שלום, און דעמאָלט וועט איר ווערן לעגיטים. זיי האָבן אָפּגעוואָרפֿן אַלע דרײַ פֿאָרשלאָגן‟ — האָט פּערעס געזאָגט. און „…זיי שיסן אויס … הונדערטער ראַקעטן בײַ נאַכט. קעגן וועמען? קעגן ציווילע מענטשן…‟ זעט: //www.voanews.com/content/obama-urges-restraint-israelis-palestinians/1952826.html.
הקיצור, די רעגירונג האָט אָנגענומען אַ באַשלוס אָפּצושטעלן די דאָזיקע סכּנה איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל. אויפֿן סמך פֿון דעם, זײַנען מאָביליזירט געוואָרן 40.000 רעזערוויסטן, וואָס וועלן מסתּמא אויספֿירן א ממשותדיקע קאַמף-אַנגאַזשירונג מיט די „כאַמאַס‟־כּוחות — און די אַנדערע טעראָר־גרופעס.
פֿאַרוואָס ווערט די מערכה אָנגערופֿן „צוק איתן‟ — וואָס מיינט עס?
„צוק‟ אויף עבֿרית איז אַ פֿעלדז; „איתן‟ מיינט פֿעסט, אָדער שטאַרק. אויף ענגליש האָט מען די איצטיקע מלחמה אַ נאָמען געגעבן PROTECTIVE EDGE, וואָס איז זייער אַנדערש און מיינט „באַשיצטער קאַנט‟. מאָדנע. באַשיצן דאַרף מען דאָך די גאַנצע מדינה, ניט בלויז אַ „קאַנט‟… דער קאָמיקער מאָטי אַראַנאָוויטש טענהט: „ווער טראַכט אויס די מאָדנע טיטלען? האָבן מיר דען ניט קיין ספּעציאַליסטן פֿאַר פּירסום? וואָסער קאַליקע קלײַבט עס אויס?‟
אויפֿן „פֿייסבוק‟ האָבן שוין עטלעכע הונדערט מענטשן זיך אַרויסגעזאָגט וועגן דעם. איינער האָט אַפֿילו שוין אויסגעשטעלט די אותיות אין אַ ריי, און צוגעגעבן ווערטער פֿאַר יעדן אות, כּדי אויסצובויען אַ „געהיימען אָנזאָג‟. נאָך אינטערעסאַנטער איז, וואָס עס דרייט זיך איצט אַרום אַ בליצבריוול אויף דער אינטערנעץ, וואָס ווײַזט אָן אין די ראשי-תּיבֿות, אַז אין תּהילים צ”א (פֿאַר „צוק‟ און „איתן‟) ליגט אַ רמז, אַז מיר זאָלן ניט מורא האָבן פֿאַר די פֿליִענדיקע פֿײַלן, אַז דער רבונו של עולם וועט אונדז פֿאַרהיטן פֿון שלעכטס… אין יהואשס ייִדישער איבערזעצונג (תּהילים צ”א / ה-ו’): „וועסט ניט מורא האָבן פֿאַר אַ שרעק פֿון דער נאַכט, פֿאַר אַ פֿײַל, וואָס פֿליט בײַ טאָג. און 10.000… צו דיר וועט עס ניט גענענען…‟ אַ רמז אויף די 10.000 ראַקעטן פֿון „כאַמאַס‟? … גיי ווייס…
ווען וועט די מלחמה זיך פֿאַרענדיקן?
קיין גענויעם ענטפֿער האָט קיינער ניט דערויף. ס’איז דאָך אַ מלחמה. ס’איז אַ מענטשן-זאַך, און ניט קיין וויסנשאַפֿטלעכע אונטערנעמונג. איין זאַך איז זיכער, אַז דאָס ישׂראל־פֿאָלק איז זייער פֿאַרביטערט — סײַ איבערן מאָרד פֿון די דרײַ יוגנטלעכע און סײַ וואָס די „כאַמאַס‟־ראַקעטן הערן ניט אויף צו פֿאַלן אויף אונדז. דאָס מאָל, האָבן די ראַקעטן דערגרייכט מער צפֿונדיק ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן — גלײַך און אַפֿילו ווײַטער פֿונעם צענטער (תּל־אָבֿיבֿ). אויך אויף ירושלים האָט מען געשאָסן (און אין ירושלים האָבן אַ סך מוסולמענער זיך געפֿרייט). מע זאָגט, אַז ווען אַ ראַקעטע וועט אָנטרעפֿן אין תּל־אָבֿיבֿ, וועלן זאַכן זיך אַנדערש פֿירן אין לאַנד. כּל־זמן ס’איז געווען אין דער פּעריפֿעריע האָבן די תּל-אָבֿיבֿער זיך אײַנגעהאַלטן. נאָר איצט איז אַנדערש די סיטואַציע.
דאָס לעצטע מאָל, אין 2012, ווען צה”ל איז געווען אין אַן ערנסטן קריגס-צושטאַנד מיט עזה, זײַנען געווען צוויי וויכטיקע פֿאַקטאָרן, וואָס האָבן אָפּגעהאַלטן די ישׂראל־אַרמיי פֿון פֿאַקטיש אַרײַנדרינגען אין עזה מיט פֿוססאָלדאַטן, טאַנקען און אַזוי ווײַטער: דער שווערער דרוק פֿון אַמעריקע און דער גוטער ווילן פֿון מצרים צו העלפֿן זייערע ברידער-אַראַבער. הײַנט איז די סיטואַציע זייער אַנדערש. אַמעריקע האָט כּמעט קיין אײַנפֿלוס ניט אויף ישׂראל, אין שײַכות מיט איר אייגענער זעלבסטשוץ (כּמעט קיינער אין דער איצטיקער רעגירונג און צווישן ס‘רובֿ ישׂראל־בירגער האָט קיין צוטרוי ניט צו דער שוואַכער אויסערן־פּאָליטיק פֿון אַמעריקע; און אַוודאי און אַוודאי אין שײַכות מיטן מיטעלן מיזרח און ישׂראל בפֿרט).
מצרים איז אויך צעקריגט מיטן „כאַמאַס‟ און כאָטש קאַיִר וועט זיך כּלומרשט באַמיִען צו אינטערווענירן און העלפֿן, זעט מען ניט, אַז מצרים אָן אַמעריקעס אײַנפֿלוס וועט קענען עפּעס אויפֿטאָן. דעם ישׂראל־בירגער איז שוין נימאס געוואָרן פֿון די אַלע אינטערנאַציאָנאַלע אינטערווענצן, וואָס האַלטן אָפּ די ישׂראל־אַרמיי פֿון דערגאַנצן איר אַרבעט פֿון אָפּשוואַכן צי אינגאַנצן אָפּווישן דעם „כאַמאַס‟ און די אַנדערע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זײַנען אַ סכּנה פֿאַר דער מענטשהייט בכלל און פֿאַר ישׂראל בפֿרט.
לאָמיר האָפֿן, אַז ס’וועט זיך די נײַע מלחמה פֿאַרענדיקן מיט מינימאַלע לעבנס־פֿאַרלוסטן אויף ביידע זײַטן, און וואָס פֿריִער זאָל מען קענען דערגרייכן אַן אמתן שלום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.