ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 10, 2014, issue of August 01, 2014.

„דאַיאַ‟: מיט לעקציעס אויף ייִדישע טעמעס איבערן צפֿון־לאַנד

דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, די פּאָליטישע רעפּרעזענטאַנץ פֿונעם ייִשובֿ, ד״ר כוליאָ שלאָסער, האָט באַזוכט די צפֿונדיקסטע אַרגענטינער פּראָװינץ כוכוי. דאָרט האָט ער זיך געטראָפֿן מיט פּאָליטישע פֿירער און מיטן בישאָף פֿון דער פּראָװינץ, צעזאַר דאַניעל פֿערנאַנדעז. דעם 2טן יולי האָט ער מיט אים אויסגעאַרבעט פּלענער צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם, אויסמײַדן דיסקרימינאַציע און באַהאַנדלט דעם מצבֿ פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין דער פּראָװינץ. שלאָסער האָט אונטערגעשטראָכן די װיכטיקייט, װאָס דער צווישן־רעליגיעזער דיאַלאָג האָט פֿאַר דער „דאַיאַ‟, און האָט אויך איבערגעגעבן זײַנע דערפֿאַרונגען פֿון די פֿאַרשיידענע טרעפֿונגען, װאָס ער האָט געהאַט מיטן פּויפּסט פֿראַנסיס אין זײַנע רײַזעס.

בעת זײַן באַזוך האָט שלאָסער געהאַלטן אַ לעקציע פֿאַר תּלמידים פֿון די מיטלשולן. די טעמעס זײַנען געװען אַנטיסעמיטיזם, דיסקרימינאַציע, ראַסיזם, קסענאָפֿאָביע, אָפּהיטן מענטשנרעכט, דער צווישן־רעליגיעזער דיאַלאָג און דאָס האַרמאָנישע צוזעמענלעבן פֿון אַלע בירגער. „לימוד‟ אין בוענאָס־אײַרעס

„לימוד‟ איז אַן אונטערנעמונג, װאָס װערט דורכגעפֿירט כּמעט אין אַלע װיכטיקע שטעט פֿון דער װעלט. במשך פֿונעם גאַנצן טאָג קומט זיך דער עולם צונויף צו הערן לעקציעס, בײַזײַן בײַ דעבאַטעס, זען פֿילמען אויף ייִדישער טעמאַטיק, מען זינגט, מען טאַנצט, מען לערנט און מען פֿאַרברענגט. דער 10טער צוזאַמענקום איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם, 6טן יולי, און אַ 500 מענטשן — פֿון זיי אַ היפּש ביסל יונגע לײַט — האָבן זיך באַטייליקט אין די לעקציעס און װאַרשטאַטן. אַ 50 מענטשן האָבן אויסגעקליבן בײַצוזײַן אויף די לעקציע פֿונעם יונגן לינגװיסט לוקאַס פֿישמאַן — אַ תּלמיד, וואָס די לעצטע 6 יאָר פֿירט ער אָן אין דעם ייִװאָ מיט קורסן װעגן דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער שפּראַך, די געשיכטע פֿון אויסלייג און דער שפּראַך־סאָציאָלינגװיסטיק.

אַ לעקציע וועגן די ערשטע ייִדן אין דרום־אַמעריקע

דינסטיק, דעם 8טן יולי האָט אסתּר כּהן אָפּגעהאַלטן אַן אינטערעסאַנטע לעקציע אין דער געמיינדע „עמנואל‟ װעגן די ערשטע ייִדן, װאָס זײַנען אָנגעקומען פֿון שפּאַניע אויף דעם אַמעריקאַנער קאָנטינענט. אין 16טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן אָנגעהויבן אָנצוקומען מיט פּאָרטוגעזישע קאָלאָניסטן און אין 1630, מיט דער פּאָרטוגעזישער אָקופּאַציע, זײַנען אָנגעקומען די „פּאָרטוגעזישע ייִדן פֿון אַמסטערדאַם‟, װאָס האָבן אַרײַנגעפֿירט אין בראַזיל די צוקער־פּראָדוקציע פֿון רערן, װאָס איז שפּעטער פֿאַרשפּרייט געװאָרן איבערן גאַנצן דרום־אַמעריקאַנער קאָנטינענט. אין 1630 האָבן זיי געשאַפֿן די קאָנגרעגאַציע „קהל קדוש צור ישׂראל‟ אין דער איצטיקער רעסיפֿע, די אַמאָליקע פּערנאַמבוקאָ. פֿון דאָרטן האָט אַ גרופּע זיך שפּעטער באַזעצט אין ניו־אַמסטערדאַם, די איצטיקע שטאָט ניו־יאָרק.

אַ פֿײַערונג אין אָנדענק פֿון 4טן יולי

פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִשובֿ האָבן זיך באַטייליקט אויף די פֿײַערונגען, װאָס די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע האָט אָרגאַניזירט דעם 4טן יולי, װען די קאָלאָניעס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון דער בריטישער אימפּעריע און אונטערגעשריבן אין 1776 די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע.

קאָלאָמביע: אַ צווישן־רעליגעזיע אַסיפֿה לטובֿת שלום

קאַטאָליקן, ייִדן און מוסולמענער האָבן אונטערגעשריבן אין קאָלאָמביע אַ היסטאָרישע געמיינזאַמע דעקלאַראַציע פֿאַר שלום. דעם 1טן יולי האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער רעזידענץ פֿון אַרציבישאָף אין באָגאָטאַ רובען סאַלאַזאַר גאָמעז; דער רבֿ אַלפֿרעדאָ גאָלדשמיט און דער שייך אַכמאַד טאַיעל צו פֿײַערן אַ צווישן־רעליגיעזע צערעמאָניע, מיט תּפֿילות פֿון די דרײַ גלויבנס. נאָך דעם האָט מען אונטערגעשריבן די דעקלאַראַציע און הרבֿ גאָלדשמיט האָט אין זײַן װאָרט אונטערגעשטראָכן, אַז „די תּפֿילה פֿאַר שלום איז אַ געלעגנהייט צו שליסן די טויערן פֿון האַס און רציחות. אונדז טוט װיי װי גרופּעס שטערן, אַז די געזעלשאַפֿט זאָל לעבן בשלום אין קאָלאָמביע, אין מיטעלן מיזרח און אין אַ סך לענדער פֿון דער װעלט‟. דער קאָלאָמביאַנער װיצע־פּרעזידענט, אַרכעלינאָ גאַרזאָן, איז אויך בײַגעװען בײַ דעם צוזאַמענקום.

אַ לעקציע אויף דער טעמע: „דער אַבאָרט אין די ייִדישע קוואַלן‟

דינסטיק דעם 8טן יולי האָט מען אין דער געמיינדע „שלום‟ באַהאַנדלט די טעמע וועגן דעם אַבאָרט אין די ייִדישע קװאַלן. הרבֿ ד״ר פֿישל שלײַען האָט גערעדט װעגן די בײַטראָגן פֿון ייִדישקייט צו דער ביִאָעטיק פֿון אַבאָרט, אַמאָל און הײַנט; די סעקולערע שטעלונג; װען דערלויבט מען און װען פֿאַרװערט מען, און אַנדערע אינטערעסאַנטע און קאָנטראָװערסיאַלע אַספּעקטן פֿון דער טעמע. אַ שטורמישע דעבאַטע, װאָס האָט זיך פֿאַרצויגן ביז שפּעט בײַ נאַכט, איז שפּעטער פֿאָרגעקומען מיט דער באַטייליקונג פֿון ספּעציעל פֿאַרבעטענע געסט און דעם עולם.

הרבֿ שלײַען האָט לעצטנס פּובליקירט זײַן בוך „ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע און אַבאָרט‟, װאָס איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דעם אַרגענטינער סענאַט.

חורבן־לעקציעס אין דער „אָרט‟־שול

נאָכן אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך מיט דער „אָרט־שול‟, האָט דער בוענאָס־אײַרעסער האָלאָקאַוסט־מוזיי אָנגעהויבן דורכצופֿירן פֿאַרשיידענע אַקטיװיטעטן און לעקציעס װעגן חורבן. די תּלמידים װעלן איבער אַ יאָר זיך באַטייליקן אינעם „מאַרש פֿאַר לעבן‟ און באַזוכן אוישװיץ און אַנדערע לאַגערן. זייערע אַרבעטן װעלן שפּעטער פּובליקירט װערן.

לכּבֿוד ביאַליקן

דעם 4טן יולי האָט מען דערמאָנט דעם נאַציאָנאַלן פּאָעט ח. נ. ביאַליק צו זײַן 80סטן יאָרצײַט. אַ ספּעציעלע לעקציע איז פֿאָרגעקומען אין דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע.

ייִדישע באַטייליקונג אינעם אומאָפּהענגיקייט־פּאַראַד

דער אומאָפּהענגיקייט־פּאַראַד, דעם 9טן יולי, אין בוענאָס־אײַרעס
דער אומאָפּהענגיקייט־פּאַראַד, דעם 9טן יולי, אין בוענאָס־אײַרעס

דעם 9טן יולי פֿײַערט מען אין אַרגענטינע דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג. די שטאָט בוענאָס־אײַרעס אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלן פּאַראַד, אויף װעלכן עס באַטייליקן זיך כּמעט אַלע נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, װאָס װוינען אין דער שטאָט. אויך הײַיאָר האָבן די ייִדישע אינסטיטוציעס בײַגעטראָגן מיט געזאַנג, טענץ און מאכלים צום דערפֿאָלג פֿון דער איניציאַטיװ.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.