אין איטאַליע איז לעצטנס דערשינען אַ צוויי־שפּראַכיקע זאַמלונג פֿון אויסדערוויילטע מעשׂיות פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער י. ל. פּרץ מיטן טיטל „משיחס צײַטן און אַנדערע דערציילונגען‟. יעדע מעשׂה אין דער זאַמלונג איז געדרוקט געוואָרן סײַ אויף ייִדיש און סײַ אין דער איטאַליענישער איבערזעצונג. ס׳רובֿ דערציילונגען אין דער זאַמלונג האָט פּרץ אָנגעשריבן אין די 1890ער יאָרן; די הויפּט־פּערסאָנאַזשן זענען ייִדישע פֿרויען. די זאַמלונג, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג „עדיציאָני די סטאָריאַ ע לעטעראַטוראַ‟ אין רוים, האָט צוזאַמענגעשטעלט ד׳׳ר עליסאַ בן־פּורת פֿון קווינס-קאָלעדזש אין ניו־יאָרק, און ד׳׳ר מאַרגאַריטאַ פּאַסקוטשי, אַ פֿאָרשערין פֿון שעקספּיר און דער ייִדישער ליטעראַטור. די צוויי פֿאָרשערינס, אָפּשטאַמיקע פֿון איטאַליע, האָבן אַליין איבערגעזעצט די מעשׂיות פֿון ייִדיש אויף איטאַליעניש. נאָך אינפֿאָרמאַציע קען מען קריגן אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם פֿאַרלאַג //storiaeletteratura.it/il-tempo-del-messia-e-altri-racconti/.
דינסטיק, דעם 22סטן יולי, וועט ד׳׳ר צירל קוזניץ פֿון באַרד־קאָלעדזש רעדן וועגן דער באַציִונג צווישן דעם „ייִוואָ‟ און ווילנע, און וואָס די באַציִונג אַנטפּלעקט וועגן ייִדיש צווישן ביידע וועלט־מלחמות. דער רעפֿעראַט, מיטן נאָמען „די הויפּטשטאָט פֿון ייִדישלאַנד: דער „ייִוואָ‟ און זײַן באַציִונג צו ווילנע‟, ווערט געשטיצט דורכן פּאָדבראָדזער לאַנדסמאַנשאַפֿט און ווערט דורכגעפֿירט ווי אַ טייל פֿון „דער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5:30 אין אָוונט. דער אַרײַנטריט קאָסט 7 דאָלאַר פֿאַר סטודנעטן, ייִוואָ־מיטגלידער און עלטערע לײַט, און 10 דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם. כּדי צו באַשטעלן בילעטן קלינגט אָן 212-868-4444.
דאָנערשטיק, דעם 24סטן יולי, וועט מען מאַכן אַ ייִדישן קאַבערעט בײַם „ייִוואָ‟, אין וועלכן די זינגער מרים חיה־סיגאַל און העטער קלײַן וועלן אויפֿטרעטן מיט „קאָנטרי‟־לידער אויף ייִדיש. נאָכן קאָנצערט וועט זײַן אַן „אָפֿענעם מיקראָפֿאָן‟, אין וועלכן יעדער איינער וואָס וויל, קען פֿאַרווײַלן דעם עולם. שיין בייקער וועט אָנפֿירן מיטן אָוונט.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַזייגער אין אָוונט אָבער די וואָס ווילן עפּעס פֿאָרשטעלן, מוזן זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער, 6:30 אין אָוונט. מע וועט סערווירן ביר, ווײַן און אַ ביסל כּיבוד.
דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ, אָבער מע מוז זיך רעגיסטרירן פֿון פֿריִער בײַ //yivo.org/reservations. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט jyoung@yivo.cjh.org
ס׳איז הײַנט אין דער מאָדע צו רעקלאַמירן אָרגאַניש פֿלייש דורכן מעלדן, אַז מע האָט געהאָדעוועט דעם הון צי די בהמה אויף אַ לײַטישן אופֿן און אים געגעבן בלויז צו עסן גוטע גרינסן. חוץ די אַלע אָנגענומענע מעלות פֿון אָרגאַנישע פּראָדוקטן גיט די „ייִדיש־פֿאַרם‟ צו איר רעקלאַמע צו, אַז דאָס פֿלייש איז בײַ אירע עופֿות ניט בלויז אָרגאַניש און כּשר, נאָר מע האָט די בעלי־חיים אויך אויסגעהאָדעוועט אויף אַ ייִדיש־רעדנדיקער פֿאַרם.
לעצטנס, האָט די „ייִדיש־פֿאַרם‟ געעפֿנט אַן אינטערנענץ־קראָם, דורך וועלכן מע קען קויפֿן זייערע פּראָדוקטן. דורך זייער וועבזײַטל קען מען באַשטעלן שמורה־מצה, קנאָבל, גענדז, אינדיקעס און הינער. פֿאַר די עופֿות קען מען אויך בעטן, אַז אַ חסידישער שוחט זאָל אָנפֿירן מיטן שעכטן. די עופֿות קען מען אָפּנעמען נאָר פֿון דער פֿאַרם אָדער אין שטאָט ניו־יאָרק, און די אַנדערע פּראָדוקטן קען מען באַקומען דורך דער פּאָסט. דער אַדרעס פֿונעם „ייִדיש־פֿאַרם־קראָם‟ איז //yiddishfarmstore.ecwid.com.
בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט וועט פֿאָרקומען אַ צוויי־טאָגיקער סימפּאָזיום, דעם 20סטן און 21סטן אַפּריל, געווידמעט דער ייִדישער קולטור אין די גורלדיקע יאָרן פֿון 1938—1948. דער סימפּאָזיום, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורכן אָפּטייל פֿון דײַטשישע שפּראַכן מיט דער באַטייליקונג פֿונעם אָרטיקן „צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ און דעם „צענטער פֿאַר דיאַספּאָראַ און טראַנסנאַציאָנאַלע שטודיעס‟, פֿאַרבעט די היסטאָריקער, סאָציאָלאָגן, ליטעראַטור־פֿאָרשער און פֿאָרשער פֿון קינאָ און טעאַטער צו באַטראַכטן די ייִדישע קולטור פֿון יענע יאָרן. דער סימפּאָזיום וועט אַרײַננעמען סײַ פֿאָרש־אַרבעטן, וואָס פֿאָקוסירן זיך אויף איין ווערק אָדער אינסטיטוציע, סײַ ברייטערע טעמעס, ווי די באַציִונגען צווישן ייִדישע קינסטלער און רעגירונגען, די עפֿנטלעכע ייִדישע קולטור און די ייִדישע פּרעסע. די אָרגאַניזאַטאָרן זענען ספּעציעל פֿאַראינטעריסירט אין די פֿאָרש־אַרבעטן, וועלכע באַהאַנדלען טראַנסנאַציאָנאַלע טעמעס און די באַציִונגען צווישן דער ייִדישער קולטור אויף ייִדיש און די ייִדישע קולטורן אויף ענגליש, שפּאַניש, פּויליש אָדער רוסיש.
כּדי אָנטיילצונעמען אינעם סימפּאָזיום שיקט אַ קיצור פֿון 200 ביז 250 ווערטער און אַן אַקאַדעמישן CV צו אַנאַ שטערנשיס anna.shternshis@utoronto.ca ביזן 16טן סעפּטעמבער.
דער ניו־יאָריקער שרײַבקרײַז וועט זיך צונויפֿקומען מיטוואָך, דעם 23סטן יולי, 7 אַזייגער אין אָוונט, בײַ דער שיל „אַנשי־חסד‟ אין מאַנהעטן (251 וועסט 100ע גאַס). נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן 212-865-0600.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.