ייִדן־האַס פֿון רעכטס און פֿון לינקס

Anti-Semitism From the Right and the Left

אַלען דערשאָוויץ
אַלען דערשאָוויץ

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 11, 2014, issue of August 01, 2014.

מיר ייִדן ווידמען אין חודש אַפּריל אונדזערע קדושים וואָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. מיט זייער אַוועקגיין האָט די וועלט אָבער נישט אויסגעראָטן דעם ביטערן אַנטיסעמיטיזם. מיר ייִדן זײַנען שוין ווידעראַמאָל אין געפֿאַר.

דער אַטיסעמיטיזם מוז פֿאַרמאָגן איבערנאַטירלעכע כּוחות צו זײַן בכּוח אָנצושטעקן כּמעט אַ גאַנצע וועלט דערמיט. הײַנט דריקט עס זיך אויך אויס אין אַנטי־ציוניזם, די זעלבע יענטע נאָר אַנדערש געשלײַערט.

זעט אויס אַז קנאה און שׂנאה זײַנען אַ סיאַמער צווילינג, אָדער אפֿשר איז די מענטשהײַט געפֿורעמט מיט אַ צוגאָב האַס־„מאַלעקול‟, וואָס ווערט אַקטיוויזירט מיט יעדן זון־אויפֿגאַנג.

אַלען דערשאָוויץ איז אַ באַקאַנטע פֿיגור אין אַמעריקע. ער איז פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט, שטעלט זיך אײַן פֿאַר די געקריוודעטע און האַלט אַן אויג אויף דער לאַגע פֿון ייִדן — נישט נאָר אין אַמעריקע נאָר איבער די ארבעה פּינות העולם.

אַלען דערשאָוויץ מאַכט ממש אַ טרעוואָגע, און אַלאַרמירט אונדז ייִדן צו שטיין אויף דער וואַך, זינט דעם הײַנטיקן גוט אַנטוויקלטן אַנטיסעמיטיזם. ער האַלט אַז דער ייִדן־האַס באַהאַלט זיך הײַנט צו טאָג אונטער דער מאַסקע פֿון אַנטי־ציוניזם אין מערבֿ־אייראָפּע, און אַז מען דאַרף אויפֿדעקן דאָס פֿאַרבלענדעניש, אַז די פֿראַנצייזן, האָלענדער, נאָרוועגיער, שווײַצער, בעלגיער, עסטרײַכער און אַ שלל אייראָפּעיער זענען נישט געווען שולדיק אינעם חורבן; אַז דער חורבן איז דורכויס אַדורכגעפֿירט געוואָרן פֿון די דײַטשע נאַציס, מיט דער הילף פֿון די פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, לאַטוויער, ליטווינער און עסטאָנישע קאָלאַבאָראַטאָרן.

אַלען דערשאָוויץ טענהט, אַז די נאַציס האָבן מיטגעאַרבעט מיט די פֿראַנצויזן, האָלענדער, נאָרוועגיער, שווײַצער, בעלגיער, עסטרײַכער, און די אייראָפּעיער, סײַ אין מערב און סײַ אין מזרח לענדער אין אייראָפּע.

אויב די פֿראַנצייזישע רעגירונג וואָלט נישט דעפּאָרטירט מער ייִדן פֿון דעם וואָס די דײַטשן האָבן געפֿאָדערט, אויב נישט אַזוי פֿיל האָלענדער און בולגאַרער בירגער און רעגירונגס־אָנגעשטעלטע וואָלטן נישט קאָאָפּערירט מיטן צונויפֿזאַמלען די ייִדן, אויב נישט אַזאַ גרויסע צאָל נאָרוועגיער וואָלטן זיך נישט געשטיצט אויף זייערע מיט־מענטשן, אויב די שווײַצאַרישע רעגירונג מיט די באַנקירער בראש וואָלטן נישט עקספּלואַטירט די ייִדן, אויב עסטרײַך וואָלט נישט געווען מער נאַצי ווי די נאַציס, און אויב אַמעריקע וואָלט נישט געשלאָסן די גרענעצן פֿאַר די אומגליקלעכע ייִדן אין צײַט פֿון דער מלחמה, וואָלטן די ייִדן נישט געליטן אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע.

הײַנט הערט מען פֿון די אייראָפּעיער:

„מיר האַסן נישט די ייִדן, מיר האַסן בלויז זייער מדינה, און אַחוץ דעם זײַנען די נאַציס געווען פֿון רעכטן פֿליגל, מיר זײַנען פֿון לינקן, קענען מיר דאָך נישט זײַן קיין אַנטיסעמיטן.

„נאַרישקייטן!!!‟ טענהט דערשאָוויץ. „די גאָר לינקע פֿאַרמאָגן אַ געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם פּונקט ווי די רעכטע, פֿון וואָלטיירן ביז קאַרל מאַרקסן, פֿון לאַוורענטי בעריאַ ביז דעם אַמעריקאַנער אויטאָמאָביל־מאַגנאַט הענרי פֿאָרד, ביז די הײַנטיקע לינקע ישׂראל־פֿאַרדאַמער, ציט זיך איין פֿאָדעם פֿון ווילהעלם מאַרקס ביז די רודפֿים פֿון אַלפֿרעד דרײַפֿוסן ביז היטלערן; צי דאָס איז געווען דער אולטראַ־ייִדן־האַס פֿון כמעלניצקין ביזן אולטראַ־אַנטיסעמיטיזם פֿון סטאַלינען.‟

און דאָ כאַפּט דערשאָוויץ אָפּ דעם אָטעם און פֿאַרדאַמט די הײַנטיקע אַנטי־ציוניסטן — ייִדן!!! מײַנע ליבע פֿרײַנד, אונדזערע אייגענע אחינו בני ישׂראל ווי נאָרמאַן פֿינקלשטיין, גלעד עצמונען מיט נועם כאָמסקין בראש, אַלע ייִדן.

איז מעגלעך, אַז זיי זאָלן זײַן אמתדיקע אַנטיסעמיטן? אָט דער עצמון, אַ פֿאַרברענטער לינק־געשטימטער, גרויסט זיך דערמיט וואָס ער איז אַ זעלבסט־האַסנדיקער ייִד און טוט זיך מודה ומתוודה זײַן אַז זײַנע געדאַנקען שטאַמען פֿונעם טיף אײַנגעבירגערטן אַנטיסעמיטיזם. ער לייקנט אָפּ, אַז דער חורבן איז אַ היסטאָריש פֿעסטגעשטעלטער פֿאַקט, און גלייבט, אַז ייִדן פֿלעגן הרגענען קריסטלעכע קינדער אויף צו באַקן פּסחדיקע מצות.

ער האַלט אויך, אַז עס האָט אַ זינען צו פֿאַרברענען שילן.

פֿינקלשטיין, ווידער, האַלט, אַז עס עקזיסטירט אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנספּיראַציע אין וועלכער עס נעמען אַנטייל סטיווען ספּילבערג, לעאָן יוריס, אלי וויזעל און אַנדרו לויד וועבער, און אַז ישׂראל באַהאַנדלט שרעקלעך די פּאַלעסטינעזער…

כאַפּט נאָך נישט, די פּאַלעסטינער האָבן געליטן פֿון די עגיפּטער און די יאָרדאַנער. עזה איז געווען אַן אָפֿענע תּפֿיסה צווישן 1948 און 1967, ווען די עגיפּטער האָבן געהערשט. און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן דעם „שוואַרצן סעפּטעמבער‟, ווען די יאָרדאַנער האָבן אויסגעהרגעט איבער דרײַסיק טויזנט פּאַליסטינער.

איך געדענק נישט קיין שום דעמאָנסטראַציעס קעגן דעם יאָרדאַנישן קעניג.

דאָ מוז איך שוין אָפּכאַפּן דעם אָטעם, בשעת איך דערמאָן זיך אין די ייִדישע לינקע פּראָפֿעסאָרן איבער די אוניווערסיטעטן אין לאַנד, אַרײַנגערעכנט קאָלומביע. איך קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין און נישט באַנעמען דעם האַס פֿון אַ ייִדן צו זייער אייגענעם אָפּשטאַם.

זעט אויס, אַז מיר ייִדן פֿלעגן לײַדן געברענטע צרות פֿון אייגענע משומדים, ס’איז דען אַ וווּנדער? אַ גערודפֿט פֿאָלק מיט אינקוויזיציעס, פּאָגראָמען, אָנפֿאַלן, פֿאַרטיליקונג, כ’מיין אַז מיר בלעטערן די ייִדישע געשיכטע, שטויסט מען זיך אָן אין אַלע פּלאָגן, וואָס מיר ייִדן זײַנען אויסגעשטאַנען פֿון די אַרומיקע פֿעלקער.

ווער רעדט שוין פֿון העכערער בילדונג, פֿון קוואָטעס… אפֿילו מיר דאָ אין אַמעריקע זײַנען אויסגעשטאַנען פֿון די גרויסע אוניווערסיטעטן ווי האַרוואַרד און קאָלומביע, מעדיצינישע און יורידישע אָפּטיילונגען וועלכע האָבן אַסיגנירט קוואָטעס אויף ייִדישע סטודענטן פֿון העכערע שטודיעס.

אַזוי אַז די אַלטע וועלט צוזאַמען מיט דער הײַנטיקער זײַנען אָנגעשטעקט מיטן אַנטיסעמיטישן ווירוס, און דערלעבט נישט אויסצוהויכן די נשמה. לויט זיי קומט אויס אַז מיר ייִדן זײַנען די שולדיקע אין אַלע צרות פֿון דער וועלט.

ערשט געהערט אַ שטיקל נײַעס: דער אַנטיסעמיטיזם בושעוועט אין אונגאַרן. דאָרט האָט זיך אויסגעשיילט אַ נאַציסטישע באַוועגונג און ווער שטייט בראש? אַ ייִד!

ווי עס זאָל נישט זײַן, די וועלט איז פֿאַרזאָרגט אויף לאַנגע יאָרן מיט אַן איבערפֿלוס פֿון אַנטיסעמיטיזם וואָס קען סטײַען עד סוף אחרי הימים.